צוויי טעג אין באסטאן

This post may contain affiliate links, meaning we might make a small commission off any purchases at no additional cost to you.

13 0
Read Time:8 Minutes, 32 Seconds

אזוי ווי ענק ווייסן דאך גלייך איך ארומצופארן די שטאטן אין אמעריקא, אין ווען מיין ווייב האט מיר געזאגט אז אונז האמיר א קיופאן פון הייאט פאר א פרי נאכט, פון קאטעגאריע 1 ביז א קאטעגאריע 4 האטעל, וואס גייט אט אט עקספייערן איז דאך נישט מער ווי נארמאל אז אונז האמיר אנגעהויבן פלאנען א טריפ צי באזוכן נאך איינע פון די 50 שטאטן.
אזוי ווי אונז האמיר גא סיטי פעסעס פון אפאר שטאטן אין אמעריקע (גא סיטי פעסעס איז א געוואלדיגע אויפטוה דאס הייסט די קענסט קויפן א פעסס פאר א סיטי זיי האבן אלע מינע פלענס ס’הייבט זיך אן ביי 70 60 דאלער אין ס’ גייט ארויף ביז אפאר הונדערט דאלאר, דארטן געבן זיי דיר א ליסטע פון אסאך אינטערעסאנטע פלעצער פון די שטאט אין לויט וועלכע מינע די האסט געקויפט קענסטו אויסוועלן אדער 3 אדער 5 פלעצער ווי צי גיין. ס’קומט אויס אסאך ביליגער ווי די זאלסט ווען ‘קויפן יעדע עקסטער). האמיר געטראכט ווי צי גיין, אונז האמיר נישט געוואלט אונטערנעמען קיין גרויסע טריפס יעצט (צוליב פארשידענע סיבות פאלגט נאך ווייטערדיגע מעלדונגען), זעמיר אונז געווען צווישן פילאדעלפיע אין באסטאן, נאכן קוקן די וועטער האט געהייסן אז ס’גייט רעגענען אין פילאדעלפיע איז געבליבן אז אונז גיי מיר גיין קיין באסטאן.
ס’איז געבליבן אז אונז גיי מיר גיין פון דינסטאג צופרי ביז מיטוואך ביינאכט האמיר אונז ארויסגענומען א רום אין די הייאט פלעיס באסטאן מעדפארד האטעל פאר דינסטאג ביינאכט.
א נאכט פארדעם זעמיר אונז געגאנגען איינקויפן אין גראסערי צידה לדרך, א שטייגער ווי ראלס, פרעטצלס, אין די מילך פון גאלדען פלאו וואס מ’דארף נישט האלטן אין פרידזש. נאכן זיך שפירן גענוג זיכער אז הונגעריג וועלן מיר נישט בלייבן, זעמיר זיך געגאנגען לייגן. אונז זעמיר אויפגעשטאנען דינסטאג גאנץ פרי וועלענדיג זיין פריער פון די טרעפיק וויסענדיג אז אונז האמיר א היבשע מהלך צי דרייוון. אונז האמיר זיך מסדר געווען די בעגס מיט עסן, זיך געמאכט א פיינע גרויסע ווארעמע קאווע, נאכן געדענקען וואס קען געשעהן ווען מ’נעמט  זיך נישט מיט א קאווע פון לעצטע מאל. אונז זעמיר ארויסגעפארן 9:00 אזייגער אויפן וועג קיין באסטאן, טראכטנדיג אז ס’דארף נישט זיין צי געפערלעכע טרעפיק אויפן אינטערסטעיט. אונז האמיר זיך גאר שנעל  איבערצייגט אז ס’ארבעט נישט אזוי, זיצענדיג אין טרעפיק פאר א לענגערע צייט אפשניט. באטראכטענדיג אז נישט נאר טעקסיס אין ניו יארק ווייסן נישט ווי אזוי מ’דרייווט, נאר די מינע מעשיות איז גאר שטארק פאפולער דורכאויס אמעריקע, אין אסאך מענטשן פאלגן עס נאך מיט א שטארקע אינטערעס.
די וועג האט געדויערט בערך 4 שעה, אונז זעמיר אנגעקומען קיין באסטאן בערך 12:45. אונזער ערשטע סטאפ פון די גא סיטי פעסס איז געווען א טאר ביי די בארימטע סטעדיום פענוועי פארק.  פענוועי פארק איז די עלטסטע באלל פארק אין אמעריקע, עס האט זיך געעפנט אין 1912 אין עס ווערט נאך אלץ באנוצט ביזן היינטיגן טאג דורך די באסטאן רעד סאקס. זייענדיג אזוי אלט איז עס גאר א היסטארישער פלאץ פאר ספארטס ליבהאבער. שפאצירנדיג ארום אין די פארק איז עס גאר אינטערעסאנט צי זען אויף געוויסע פלעצער אין די סטעדיום האט עס נאך אריגינעלע זיצן פון דעמאלטס. די פארק, זייענדיג אינמיטן שטאט, האט א גאר אינטערעסאנטע געבוי, דארפענדיג אריינרעכענען די גאסן ארום.עס איז פאררעכנט אלץ א קלענערע פארק צווישן די אנדערע בעיסבאלל פארקס, האבענדיג נאר 37,755 זיצן. נאכן עס אויפבויען  האבן זיי באמערקט אז מקען אריינקוקן פון אינדרויסן אין מיטהאלטן די געימס, נישט זייענדיג אין די צדקה ביזנעס האבן זיי אויפגעבויט א וואנט פון איבער 37 פיס הויך אין די וואנט האט באקומען די צונאמען די גרין מאנסטער. עס איז גאר א אינטערעסאנטע שפאציר ארום, די טאר גייד האט פארציילט די היסטאריע פון די פלאץ זייענדיג איטרעסאנט אויך פאר איינער וואס איז נישט אין ספארטס.  אונטער די סטעדיום האבן זיי א מעזיום פון אלע זייערע געווינסען דורך אויס די יארן, אויך א גוטע פלאץ פאר די וואס גלייכן ספארטס.

די שפאציר ארום די פארק האט אונז גענומען א שעה, אין פון דארט זעמיר געגאנגען ווייטער מער אריין אין שטאט צי סיטי וויאו טראלי טארס פאר א טאר ארום די שטאט באסטאן. מ’פארט ארום אין אזעלכע באסעס וואס זענען אפען פון אלע זייטן. אונז זעמיר ארום געפארן צי פארשידענע אינטערעסאנטע פלעצער אין די שטאט,

זייענדיג פון די אריגינעלע 13 אמעריקאנער שטאטן זענען דא אסאך היסטארישע פלעצער אין בילדינגס נאך פון די רעוואלוציאנערער מלחמה. די דרייווער פון די באס האט גערעדט א גאנצן וועג אין מסביר געווען אלע פארשידענע פלעצער וואס אונז פאר מיר דורך. פון זיין רעדן האט אויסגעקוקט ווי ער באקומט באצאלט פארן רעדן אין נישט פארן דרייוון, די גאנצע טאר האט געדויערט א שעה אין א האלב אין אלץ איינער וואס גלייכט היסטאריע איז עס גאר א געשמאקע רייד ארום די שטאט.
פון דארט זעמיר געפארן אביסל ארויס פון שטאט צי די בארימטע סעמיואל עדעמס ביר קאמפעני פאר א טאור ארום די פעקטארי. זיי בעטן 10 דאלער א מענטש- דאס איז געווען די איינציגסטע פלאץ פון אונזער טריפ ווי אונז האמיר געדארפט צאלן, נישט זייענדיג אויף אונזער גא סיטי פעסס. אונז זעמיר אריין אינעווייניג אין געווארט אפאר מינוט אז די טאור זאל זיך אנהייבן. נאכדעם וואס יעדער איז דארט געווען זעמיר אריין אונעם פאבריק, ווי זיי האבן מסביר געווען די גאנצע פראצעדור ווי אזוי מ’פאבריצירט ביר. נאכדעם האבן זיי אונז אראפגעזעצט אין א רום ווי זיי האבן געגעבן צי טעיסטן פארשידענע מינע ביר, נישט וויסענדיג וועלכע סארט איז כשר האבן מיר נאר געטרונקען די אריגינעלע ביר.

ס’איז נישט געווען קיין שלעכטע זאך נאך א טאג ארום פארן אין א הייסע שטאט זיך אביסל אראפזעצן אין טרינקען קאלטע ביר. זיי שטעלן צי ריזיגע פיטשערס פון ביר אין די מענטשן דארפן אליין נעמען (שוין האבענדיג אמאל געווען ביי וואדפארד אין קענטאקי פאר א טעיסטינג מוז איך זאגן איך בין געווען סורפרייזד פון סעם עדעמס ברייטקייט). נאכן פארזוכן אביסל אין הערן מער איבער זייער קאמפעני האט זיך די טאור געענדיגט. זיי לאזן האלטן די גלאז פון וואס מ’האט געטרונקען אלץ א געשאנק. זייענדיג אביסל אויפגעפרישט זעמיר אריינגעפארן אין ברוקליין, די אידישע געגנט אין באסטאן. אונז זעמיר געגאנגען עסן און א מילכיגע רעסטאראנט, וועדזשי קראסט. די פלאץ סערווירט אינדיאנער סטיל עסנווארג, ווי אויך איז זייער גאנצע מעניו וויגען אפשענעל. נאכן זיכער מאכן אז זיי האבן אויך געהעריגע עסן, זעמיר אהינגעגאנגען.

די עסן איז גאנץ גוט געווען, נאר זיי האבן מיר געמאכט איבערטראכטן צי איך האב טאקע ליב גארליק, אדער אויב זיי האבן געלייגט צופיל גארליק. נאך א ‘קורצער אפשאצונג איז געבליבן אז זיי האבן געלייגט צופיל גארליק אויף זייער עסן, אבער חוץ פון דעם האבן זיי פיינע עסן. נאכן האבן א פיינע מאלצייט האמיר זיך ארויסגעלאזט צי די הייאט האטעל. אנקומעדיג האמיר באמערקט אז סקאסט 15 דאלער צי פארקן איבערנאכט אין האטעל פארקינג לאט. אונז זעמיר אריין אינעווייניג אין מסביר געווען פאר די פראנט דעסק אז אזוי ווי אונזער רום קומט מיט א פרישטאג, אין אונז גיי מיר עס סיי ווי נישט עסן, אז אפשר זאל ער אונז געבן אנשטאט דעם פרי פארקינג. צי מיין ווינדער האט ער מסכים געווען. די רום אין די האטעל איז געווען גאנץ שיין, אין אונז האמיר זיך אראפגעלייגט די מידע ביינער זייענדיג גוט אויסגעמוטשעט פון זיך ארום דרייען א גאנצן טאג אין די שטאט.
מיטוואך צופרי זעמיר אויפגעשטאנען גאנץ פרי, נאך ווילענדיג ארום גיין צי פארשידענע פלעצער ארום די שטאט. אונז זעמיר ארויס פון די האטעל, אין אונז זעמיר צוריק אריינגעפארן צי די אידישע געגנט פאר פרישטאג. מיר זענען געגאנגען צי קאפעלס בעקעריי אין געהאט א פיינע פרישטאג, מאכענדיג א חשבון אז וויפיל ס’האט געקאסט אונזער ביידנס פרישטאג וואלט אפשר געווען גענוג פאר איין פרישטאג אין ניו יארק. פון דארט זעמיר געפארן צוריק אריין אין שטאט צי די יו.עס.עס.קאנסטעטושן מעזיום.

ס’ איז געווען גאר אינטערעסאנט ווי זיי זענען מסביר ווי אזוי מ’האט געבויט די שיף אין יענע צייטן. די יו. עס. עס. קאנסטעטושן איז געבויט געווארן אונטער די פירערשאפט פון דזשארזש וואשינגטאן אין 1797, אין עס איז די עלטסטע מלחמה שיף וואס שטייט נאך געהעריג פון יענע צייט. עס איז געווען גאר א מאכטפולע שיף, האבענדיג אויפגעקומען מיט א מורא’דיגע אויסטרעף צי איבערדעקן די דרויסענדיגער זייט פון די שיף מיט א דיקע שיכט פון אייזן. אלע אנדערע שיפן פון יענע צייט זענען געווען געמאכט פון האלץ, זייענדיג די ערשטע שיף פון אייזן האט עס איר געגעבן א מורא’דיגע אויבערהאנט אין מלחמה, אין ווען מ’האט געטרייט צי שיסן אויף די שיף קאנאנען, האט זיך עס אריינגעגליטשט אין וואסער. דאס האט איר געגעבן דער צונאמען אייראנסייד. אלץ איינער וואס גלייכט היסטאריע איז עס געווען גאר אינטערעסאנט. פון דארט זעמיר ארויף אויפן שיף. ס’איז געווען גאר אינטערעסאנט צי באטראכטן אזא אלטע שיף. אונז זעמיר אראפ אונטן פון די שיף ווי די סאלדאטן פלעגן שלאפן. זיי האבן נישט געהאט קיין בעטן, נאר עס האט אראפגעהאנגען פון די דאך אזעלכע סחורות אין אויף דעם זענען זיי געשלאפן. באטראכטנדיג די אפיצירן שלאף צימערן, מיינענדיג אז זיי האבן יא געהאט עפעס בעסער, האב איך געזען אז זיי האבן געהאט די זעלבע זאך צי שלאפן, כאטש נישט אין קיין רום מיט נאך 50 מענטשן.
פון דארט זעמיר געפארן צי באסטאן סייענס מעזיום. דארטן קען מען נישט פארקן אויפן גאס האמיר געמוזט פארקן אין זייער פארקינג לאט פאר 17 דאלער. עס איז גאר א אינטערעסאנטע פלאץ נישט נאר פאר קינדער, טאטעס און מאמעס קענען עס אויכעט ענדזשויען. ס’איז זייער א גוטע פלאץ פאר מענטשן וואס האבן ליב אנצוכאפן אלעס ווען זיי וויזיטן א מעזיום, ווייל כמעט אלעס לאזן זיי אויס טרייען. אונז זעמיר דארט געווען פאר בערך א שעה, אין פון דארט זעמיר ארויסגעפארן פון שטאט אביסל צי די דזשאן עף קענעדי פרעזידענשל לייברערי ווי זיי ווייזן זיין גאנצע לעבנסשטייגער פון ווען ער איז געבוירן ביז ער איז געווארן פרעזידענט.

זיי ווייזן אלע זיינע מינע סיינס וואס ער האט געהאט ביי זיינע קאמפיין ראליס. א גרויס חלק פון די מעזיום איז געווען אויסגעשטעלט לויט ווי אזוי די ווייט האוז האט אויסגעקוקט ווען ער איז געווען פרעזידענט. זיי ווייזן ווי אזוי די לאנד האט אויסגעזען נאכדעם וואס מ’האט אים געשאסן. סאיז געווען זייער אינטערעסאנט פאר מיר, נישט האבענדיג קיינמאל פריער געווען אין א פרעזידענשל לייברערי. פון דארט האמיר זיך ארויסגעלאזט בערך 5:00 צוריק אהיים. די וועג האט געדויערט 3 אין א האלב שעה ביז אונז האמיר געמאכט א סטאפ אין סטעמפארד קאנעטיקעט, זייענדיג גאר שטארק אויסגעהונגערטע נשמות נאך א גאנצן טאג ארומלויפן, צי גיין עסן ביי סיקס טורטין.

די עסן איז געווען פיינע סחורה (מער ווייניגער). נאכן זיך גוט אנעסן, האבענדיג פילע מאגענעס, זעמיר אהיימגעפארן. די וועג האט געדויערט 35 מינוט, ברענגענדיג אונזער באסטאן טריפ צי א ענדע.

איך האף אז איר האט הנאה געהאט עס צי ליינען-  צום ווידערזען אויף נאך טריפס! 

Volvish

About Post Author

Volvish

מיין פלאן איז צי באזוכן אלע 50 שטאטן אין אמעריקע
Volvish

About Post Author

Volvish

מיין פלאן איז צי באזוכן אלע 50 שטאטן אין אמעריקע

Your email address will not be published. Required fields are marked *

Share your story

Do you love to travel and want to share your story? Join now and share your travel expertise with the world.

Start Writing