This post may contain affiliate links, meaning we might make a small commission off any purchases at no additional cost to you.
איך מיין אז ענק ווייסן שוין יעצט אז איך האב ליב ארום צו פארן אין די אמעריקאנע שטאטן, אין באטראכטן יעדע שטאט עקסטער, ווייל יעדע שטאט האט עפעס צו פארקויפן!
מיין ציל איז צו באזוכן אלע 50 שטאטן, ווי אויך די 63 נאציאנאלע פארקס פון אמעריקע. די פארקס האב איך ליב צו באזוכן פאר א פשוט’ע סיבה, ווייל ווען איך בין געווען די ערשטע מאל אין איינע פון די פארקס, האט מיר עס מורא’דיג געכאפט- ס’איז א געפיל וואס איז זייער שווער אראפצושרייבן. די רואיגקייט וואס הערשט דארט ווען מען שפאצירט ארום, צי ס’איז איינע פון די פארקס וואס האט גאר הויכע בערג, צי ס’איז שיינע ביימער און גראז- די געפיל קען מען נישט פארגלייכן צי עפעס אנדערש- איינמאל מזעט עס איז מען געווענליך אנגעהוקט פארן לעבן. ני, ווען סקומט צי נאציאנאלע פארקס, אזוי ווי איבעראל, איז דאך דא איינער פון זיי וואס איז קעניג. דער וואס קען זיך אביסל אויס ווייסט שוין צי וואס איך וויל ציקומען- אזוי האט זיך די פלאן אנגעהויבן וועבן. איך בין שוין געווען אין אסאך נאציאנאלע פארקס אבער קיינע פון די פארקס, ווי שיין זיי זענען, קומען נישט צי צום שפיץ גאפל פון יעלאסטאון. ווען צווישן נאטור ליבהאבער ווערט ארויפגעבראכט די דאזיגע פארק, קען באמערקט ווערן אן אינטערעסאנטע פענאמענען- כאטש יעדער שמועסט פונעם זעלבן פלאץ, וועט יעדער פאוקעסירן אויף עפעס אנדערש. יעלאסטאון האט א ריזיגער אויסוואל פון נפלאות הבורא, פון הויכע מאכטפולע גייזערס, צי הערליכע אטעם אפשטעלענדיגע קאלערפולע טייכן. ווי אויך פארמאגט יעלאסטאון א אויסוואל פון חיות אין בהמות וואס דער לאקאלער פעטינג זאא קען נאר חלומען פון, א שטייגער ווי די אמעריקאנער בייסאן וואס מ’טרעפט אן אין די פלעינס פון אמעריקע, ווי אויך האבן זיי וועלף, שווארצע בערן, אין גריזלי בערן. בקיצור די קענסט אראפלייגן א נאטור ליבהאבער אין די איבער 3 טויזנט סקווער מייל אין ער וועט נישט וועלן ארויסקומען פון דארט אזוי שנעל. יא האסט גוט געהערט- נישט נאר איז יעלאסטאון די קעניג פון די נאציאנאלע פארקס (ווי מאנכע מבינים טענה’ן), נאר ס’איז די אכט גרעסטע נאציאנאלע פארק, זיך אויסשפרייטענדיג אין 3 סטעיטס מיט אירע הערליכע קאלירן.
אביסל היסטאריע אויף די פלאץ, יעלאסטאון איז געגרינדעט געווארן אין מארטש 1, 1872. אין דעם טאג האט קאנגרעס דורכגעפירט א ביל ציזאמען מיט די דעמאלטסדיגע פרעזידענט יוליסיס גרענט, צי פרעזערווירן דאס פלאץ מיט אירע וואונדער. יעלאסטאון האט בערך האלב פון די וועלטס גייזערס, אין אלד פעיטפול איז די מערסט באוויסטע גייזער. די סיבה פארוואס זי האט אזויפיל גייזערס איז צוליב וואס די פארק זיצט אויף א ריזיגע וואלקענא, די גרעסטע וואלקאנישער בארג אין נארט אמעריקע. די ערשטע באוויסטע וויזיט צי יעלאסטאון איז געווען אין 1807 דורך א מאן מיטן נאמען דזשאן קאָלטער- ער איז געווען אין די ברייט באקאנטע לואיס אין קלארק עקספעדיציע. אין די פריע אכצען הונדערט יארן איז זי געשטאנען פוסט, אן וואס איינער זאל קוקן אויף איר זייט. די אפיציעלע אויפדעקונג פון יעלאסטאון איז געווען אין 1871 ווען א גרופע פון סייענטיסטן, אנגעפירט דורך פערדינאנד העידען זענען אהין אראפגעפארן מיטן ציל צי אויסשפורן דאס פלאץ- ווי אויך איז מיטגעפארן א פאטאגראפירער אין א מעלער צי קענען צירוקברענגן בילדער. יעלאסטאון איז געווען די ערשטע צי ווערן אוועקגעשטעלט אלץ א נאציאנאלע פארק, און היינט איז דא 63 נאציאנאלע פארקס, אין ווי ענק ווייסן וויל איך אנקומען אין אלע פון זיי.
ענק קענען אליין פארשטיין אז זייט איך בין געוואר געווארן פון דעם פלאץ גליסט איך עס צי באזוכן. פון חלומען אין פאנטאזיעס האט צוביסלעכווייז זיך אנגעהויבן וועבן א פלאן. פארשטייט זיך אז איך בין נישט די איינציגסטע וואס ווייסט פון דעם פלאץ, אין אינמיטן די זימער איז די טרעפיק דארט פיל ערגער ווי לי עוועניו ערב יו”ט. ווייטער, אין ווינטער איז דארטן ציפעדיג קאלט, און אויך זענען זייער אסאך ראודס פארשפארט, איז געבליבן אז אונז גיימער גיין אין יוני ווען די שניי איז שוין צעלאזט, אבער נאכנישט צי הייס, כדאי ס’זאל זיין די ווייניגסטע מענטשן מעגליך פאר אזא פלאץ.
די האטעל אפשענס אין יעלאסטאון איז זייער מאגער- סאיז כמעט נישטא קיין האטעלס אין די פארק אליין, אין די געציילטע האטעלס לאזן זיך קאסטן חסידישע פרייזן. אין די געגנטער ארום די פארק איז דא אסאך האטעלן, אבער אונז האמיר נישט געוואלט יעדן נאכט קומען אין גיין פון די פארק, וואס דאס וואלט ציגעלייגט אסאך איבריגע שעות. נאכן אויסשאקלען גוגעל פון יעדעס ביסל אינפארמאציע וואס ער וואלט נאר געקענט אמאל האבן (נאך קיינמאל נישט פסח’דיג געמאכט מיט אזא גרינטליכקייט), האמיר געטראפן אזאנע קליינע קעבינס אין די פארק פאר א יושר’דיגע פרייז. אונז האמיר באשטעלט טיקעטס צי פליען פון ניוארק צי באוזמען מאנטענע, וואס איז א שעה אין א האלב וועג פון די יעלאסטאון נארט ענטרענס. מיר האבן געהאט א קאר רענטעל קיופאן פון עוויס פאר 5 טעג בחינם. נאכן זיך אמפערן מיט די קאר רענטעל פאר אפאר טעג אז אונז וויל מיר צירוק געבן די קאר אין דזשעקסאן, און נישט אין באוזמען, איז געבליבן אז מ’קען נאר מאכן אזא סארט טויש נאכן ארויסנעמען די קאר, האמיר ענדליך איינגעגעבן אז מוועט דאס מסדר נאכדעם. איז געבליבן נאר איין זאך- זיך ארויסצולאזן אויפן יארכע.
אומר ועושה סאיז געווען זונטאג פארטאגס, אביסל מער ווי א וואך צי שבועות, אין מיט מידע קלעבעדיגע אויגן האמיר געשלעפט קליינע קעררי אן רענצלעך. ווי ענק ווייסן גלייכן מיר נישט צי טרעוולען מיט גרויסע געפעק ווייל דאס איז א אומזיסטע ציגעלייגטע שוועריקייט, סיי מיטן שלעפן אין אויך דאס ווארטן ביים גרויסען רינדעכיגע רינגעל, ווען די פארשידענע זאטשקעס שווימען ארום געמיטלעך אין נאר דיינס וויל זיך נישט באווייזן. איך האב גענוג געהאט מיט דעם, פארדעם פרובירן מיר אונז נאר צי נעמען קליינע פעקלעך. די וועג צי די עירפארט איז געווען אביסל א געיאגטע ווייל אונז האמיר נאך געוואלט מיטנעמען אפאר געטאוסטע שטערן מזונות ראלס מיט פיטער אין אן אמעריקאנעם קעזל פונקט אינדערמיט, אז ס’זאל זיין לייכטע איבערבייס אויפן פליגער נאך שחרית (קיין רשע בין איך נישט סא סארדינס אדער טונא איז נישט געווען אין מיין פלאן צי ארויפשמוגלען אויפן עראפלאן). ני, וואס זאל איך טון אז די טאוסטער דארף נישט כאפן א פלייט היינט, איז ער געווען ווי ברוגז אז מבאדערט אים אין אזא פריע שטונדע. נאך אלע מעשיות האמיר זיך געשלענגלט לענגאויס די גארדען סטעיט פארקוועי אריין קיין ניו דזשערסי. אונז זעמיר ציגעפארן צי מאאס פארקינג לאט, זיך ארויסגעפעקלט פון די קאר, אין געווארט אויף זייער שאטעל וואס זאל אונז נעמען צום עירפארט. סאיז געווען אביסל שפעט אבער אונז זעמיר נישט געווען צי באזארגט ווייל איך און מיין ווייב האבן ביידע טי. עס. עי. פרי טשעק, אין נאר מיט קערי אן’ס וועלן מיר זיך שוין מסדר זיין. נאך 20 נערוועזע מינוטן האט זיך די ספרינטער באוויזן אויפן האריזאנט- אונז האמיר זיך שנעל אריינגעזעצט, נישט וועלענדיג אנברענגען קיין איבעריגע מינוט אין ויסעו. פארענדיג פרעגט די דרייווער אלע פאסאזשירן אינעם ווען וועלכע טערמינאל מען גייט- איך האב שוין גראד געזען אז צי אונזער טערמינאל וועט ער גיין לעצט, אין ווי שטארק איך האב נישט געוואלט זיין גערעכט, איז מיר עס אבער נישט געלונגען. אונז זעמיר אריינגעלאפן אין בילדונג גוט אנגעצויגן, אבער דאך אביסל רואיג אז סיקיורעטי וועט גיין איינס צוויי. מיין ווייב איז שוין געווען אריינגעטשעקט אבער מיין טיקעט איז געווען א בעסיק עקאנעמי אויף יונייטעד, אין זיי לאזן נישט אריינטשעקן אנליין, ווייל זיי ווילן זיכער מאכן אז איך שווערץ נישט חלילה דורך ווער ווייסט וואס. איך בין ציגעלאפן צום טישל- ביז ווי לאנג דאס הערינטע האט זיך ציזאמענקראצט אין געבעטן די איי די קארטל איז שוין געווארן צי שפעט, אין זיי האבן אונז שוין נישט דורכגעלאזט די געיט (צי מיין גרויס מזל איז דאס געווען די ערשטע מאל וואס איך האב פארפאסט א פלייט צי מיין אייגענע וואונדער). זעענדיג אז מ’גייט נישט דורך בשום אופן אפילו נאכן זאגן א יעדע לחש וואס איך קען, זעמיר געגאנגען אין א זייט אין אנגעקאלט יונייטעד. זיי האבן נאר איין דירעקט פליגער א טאג קיין באוזמען, אין אזוי ווי ווארטן ביז מאנטאג צופרי איז נישט געווען קיין אפציע, האמיר גענומען א פלייט מיט א סטאפ אין דענווער, קאלאראדא. זעמיר ביידע אדורך סיקיורעטי גרינגערהייט אן קיין פראבלעמען, אין ווארטענדיג אויף די טרוקענע עירפארט בענק איז אונזער פלייט קיין דענווער געווארן אפגעשטופט מיט א שעה. איינמאל זיי האבן עס אפגעשטופט האמיר געזען אז מ’גייט שוין נישט מאכן די קאנעקטינג פלייט פון דענווער צי באוזמען, האמיר זיך געשטעלט ביים סדרנים טישל כעני בפתח אין זיך געבעטן פאר א טיקעט אויף די נעקסטע פלייט. זיי האבן געזאגט אז די נעקסטע פלייט איז אינגאנצן אויספארקויפט- אזויפיל האמיר יא געפועלט אז זיי האבן אונז געלייגט אויף סטענד ביי- דאס מיינט אויב 2 אירע קומען נישט אן קענען מיר נעמען זייער פלאץ- אויך עפעס. אזוי זעמיר ארויף אויפן פליגער אין נאך אפאר אנגעצויגענע שעות האט זיך די פליגער געהויבן ב”ה אויפן וועג קיין דענווער. די פליגער האט אנגעהויבן די לאנדונג פראצעדור, די אויערן האבן געקראכט, די בויך געקיזעלט, אין פון אינצווישן האט האבן איינע פון די פלייט באדינער אויסגערופן אז היות סאיז דא א צאל מענטשן וואס יאגן זיך צי כאפן די נעקסטע פלייט, בעט זי אז דער עולם זאל אזוי גוט זיין אין לאזן די דאזיגע פאסאזשירן אראפגיין ערשט. איך האב געטראכט צי מיר אז יעדער וועט טענהן אז זיי יאגן זיך, אבער ניין, אין א טאטאלע מאדנע ערשיינונג איז דער עולם געזיצן שטיל, ווען אונז אין נאך אפאר פאסאזשירן האבן זיך אראפ געיאגט דורך די שמאלע אייל מיט די קערי אן’ס אויף די אקסלען, אבאכט געבענדיג דערביי אז ס’זאל נישט אריינהאקן אין יעדען איינעם- נאך אלעם לאזן זיי אונז אראפ פריער ווי זיי. מיר זענען ארויסגעקומען פונעם לאנגען טונעל אין זיך גענומען לויפן מיט א אימפעט. אונז זעמיר אנגעקומען צו אונזער געיט- יעדער איז שוין געווען אויפן פלייט אין דער אגענט מיטן שניפסל האט אונז געגעבן די פריילעכע נייעס אז צוויי מענטשן זענען נישט אנגעקומען, אין זיי ענטפערן נישט אויפן הויכהילכער סיסטעם. אזוי ווי זיי קומען נישט, קענען מיר באקומען זייערע זיצן. אונז זעמיר געווען מלא שמחה אדורך שפאצירנדיג די מאגערע אייל, אז סאיז מיר נישט אנגעגאנגען וויפיל מענטשן עס האבן געמיינט אז איך בין סתם אנגעקומען שפעט. פון זיצן ציזאמען איז נישט געווען קיין רעדע, אבער וועם גייט עס אן, אבי איך בין אויפן פליגער. די וועג איז אדורך בשלום אין אונז האמיר געלאנדעט אין באוזמען 3:30 ארטיגע צייט. מיר האבן זיך גלייך געווענדט צום קאר רענטל אין באקומען א ברענד נייע קיא סארענטא-
מיר זענען געווען די ערשטע דאס צי דרייוון. די קאר רענטל האט ערקלערט אז די פרייז פון צירוק געבן די קאר אין א אנדערע לאקאציע גייט אפקאסטן $500. אונז האמיר זיך נישט געזוימט אין גלייך אנגערופן קאסטומער סערוויס מיט א ויצעקו, אין זעהט אויס אז זיי האבן זיך דערשראקן, אין געזאגט אז זיי גייען יעצט אראפנעמען $250 אין די איבריגע ווען מ’געבט צירוק די קאר. מיר זענען געווען גוט אפגעמאטערט פון די וועגן אין אונז האמיר זיך אריינגעזעצט אין קאר אויפן וועג צו א וואלמארט. אנקומענדיג האמיר איינגעקויפט אלע אונזערע באדערפענישן פאר די נעקסטע פאר טעג, ווייל אזוי ווי ענק ווייסן דאך גלייך איך נישט מיטצישלעפן די גאנצע גראסערי ווען איך פאר אוועק. איך וועל ענק אויסזאגן א סוד- די גויאישע גראסעריס, כאטשיג וואס זיי האבן נישט קיין געלע נאדעל זופ, פארקויפן זיי אבער יא פרוכט אין וועדזשטעבלס אין אלע אזעלכע סארט זאכן.

לייענט מער וועגן דעם ווי אזוי צי טרעוועלן ארום אמעריקע אן מיטשלעפן עסן. מיר האבן געקויפט א קוקער צי קענען גוט באטראכטן די ווילדע באשעפענישן פון יעלאסטאון, אין אויך בער ספרעי, האפענדיג דערביי אז מזאל אים חלילה נישט דארפן נוצן. אונז האמיר זיך געשלעפט מיט די געפעק אריין אין קאר, אין נאך א גאר לאנגע טאג זעמיר געווען אויפן וועג צו יעלאסטאון’ס נארט ענטרענס. די וועג האט געדויערט א גוטע שעה א האלב, די בערג ארום האבן זיך ארויסגעשטעקט מיט זייערע שיינע ווייסע שפיצן. נאך א לאנגע פולע טאג זעמיר דא געווען.

אונז האמיר אפגעשטעלט די קאר ביי די סיין פון די פארק כדאי צו כאפן בילדער צי פאראייביגן די מאמענט.

די געפילן האבן גערוישט מיט עקסטאז, זיך ארומקוקנדיג אויף די גרינע פעלדער אין בערג וואס נעמען ארום די פארק. גראד ביים אריינפארן האבן מיר געטראפן א גרופע פון עלק וואס האבן געמיטלעך געגעסן גראז-

ווי שטארק איך האב געוואלט האט מען נישט געדארפט נוצן די קוקער פאר דעם. נאכן נעמען אפאר בילדער פון זיי, מיינענדיג אז דאס איז די וויילדלייף פון וואס מענטשן רעדן אייביג, זעמיר אריינגעפארן אין די פארק- די וויזעטער סענטער איז שוין געווען פארמאכט, זעמיר געגאנגען אריינשטעקן אין אונזער קליינע ביידעלע.

אונז האמיר אראפגעלייגט די זאכן וואס אונז גיימער דארפן פאר היינט ביינאכט- די איבריגע איז געבליבן ליגן אין קאר, נאכן זיכער מאכן אז סאיז גוט פארשפארט, אז קיין שום בער זאל נישט קומען זוכן קיין מציאות ביי מיר אין קאר. מיר האבן דערקלערט בעלות אויפן הייזעלע אין זיך באקוועם געמאכט פאר אפאר מינוט. נאכן קומען צי די כוחות האמיר אפגעמאכט אז אזוי ווי די זון גייט דא אראפ גאר שפעט, איז נאך פארבליבן אביסל צייט אריינצוכאפן פארן היינטיגן טאג, אראפצונעמען די לאסט פון די מארגענדיגע טאג. אומר ועושה, אונז האמיר זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג צי “מעמאט האט ספרינגס” טרעיל- דאס איז געווען א 5-10 מינוט צי וואקן פון אונזער כאטקעלע. אנקומענדיג דארטן האמיר באטראכט די שיינע פולס מיט זייערע הערליכע קאלירן- ס’גיבט אזא אימפרעשן אז סאיז געמאכט פון מארבל.




אונזער ערשטע סטאפ איז געווען “פעלעט ספרינג” דאס איז אזא סארט מילדע וואסערפאל ווי סרינט אראפ פון איין שיסל צום צווייטן. סאיז שוין געווען שפעט אין טאג סא דאס פלאץ איז געווען ליידיג פון באזוכער- אונז האמיר געקענט ארומשפאצירן רואיגערהייט אין באטראכטן דעם באשעפערס וואונדער. איך פיל ווי אין דעם פלאץ איז וויכטיג קלארצישטעלן אז יעלאסטאון שטינקט! נישט איבעראל, געוויסע פלעצער איז כמעשה, אבער פארשידענע פלעצער פילט מען עד כלות. סווענדט זיך ווי סאך סאָלפער סגעפינט זיך אין דעם ספעציפישע וואסערפאל אדער גייזער. די סיבה פארוואס איך פיל וויכטיג עס אויסצושמועסן איז ווייל קיינער האט נישט געפיעלט פאר וויכטיג דאס צי זאגן פון בעפאר, אין די סורפרייז איז געווען ערגער ווי די גערוך. איך וויל נאר קלאר מאכן אז אפילו יעצט, שוין וואוסענדיג איבער דעם, איז עס נאך אלץ א פרייז וואס איך בין גרייט צו צאלן יעדן טאג פארדעם, נאר צי קענען זעהן די הערליכע ווינדער פונעם באשעפערס וועלטל.
נאכן שפאצירן פאר בערך א שעה האט אנגעהויבן נעכטיגן, האבן מיר אנגעהויבן ווענדן אונזערע טריט צוריק צו אונזער ביידל. אינמיטן וועג האמיר באמערקט א גרויסער עלק שפאצירן מיט איר קליינע בעבי- איינער איז ציגעקומען אונז ווארענען נישט צי גיין צו נאענט צי איר, ווייל עלק זענען זייער פראטעקטיוו איבער זייערע קינדער אין סאיז שוין אסאך מאל געווען וואס עלק האבן אטאקירט מענטשן וואס זענען געקומען צי נאענט צו זייערע קינדער. אונז זעמיר אנגעקומען אין אין אונזער צימערל אין די ישיבה זכרונות האבן זיך ערוועקט ווי זיי וואלטן ווען קיינמאל נישט אוועקגעגאנגען. מהאט ארויסגעשלעפט דעים בעטי קראקער אין אויל ספרעי, אין ארומגעשפריצט רינגס אין ארום דעם טאפ, ארויפגעלייגט פראזען פרענטש פרייס, אין אנגעהייצט דאס וואסער קאכער פאר די נאדעל זופ. מ’האמיר ארויסגענומען סמאוקד סעלמאן אין ויקרא שמו נאכטמאל. מיט זאטע מאגענעס אין מיט א הויפן פלאסטישע זעקלעך אין די מיסט, זעמיר זיך געגאנגען צילייגן איינצוזאפן פרישע כוחות פאר די מארגנדיגע טאג.
מאנטאג צופרי האמיר זיך ערוועקט אין די פריע פארטאגס שטונדן, צוריק איינגעשפאנט די וואסער קאכער פאר א קאווע, אין זיך געשטעלט דאווענען. נאכן דאווענען אין טועם זיין א לייכטע פת שחרית, זענען מיר ארויס אויפן וועג. מיר זענען געווען א קליין ביסל באזארגט ווייל אינדרויסן האט גענידערט א לייכטע דריזל רעגן פון אירע גרויע וואלקענעס, אין אונז זעמיר נישט געווען זיכער צי מוועט קענען זען די ווילדע באשעפענישן זיך ארום דרייען אינדרויסן, צוליב די לייכטע רעגן. אונזער ערשטע סטאפ פונעם טאג איז געווען אינעם “אלברייט וויזיטער סענטער”, א הייזקע אינעם פארק מיט אסאך אינפארמאציע איבער אלעס ארום יעלאסטאון.

אונז האמיר זיך ארומגעקוקט אין די חיות עקזיביט ווי זיי האבן אויפגעשטעלט דארטן אלע מינע אינפארמאציע וואס מדארף וויסן פאר מגייט אריין צווישן די חיות אינעם פארק, למשל ווי ווייט צי שטיין פון א בער, א וואלף, א בייסאן, אין וואס צו טאן אויב מטרעפט זיך חלילה יא אן מיט זיי א א וו. נאך א געשמאקער שמועס מיט איינע פון די פארק רענדזשערס מיטן ציל ארויסצינאשן וואס מער נוצבארע אינפארמאציע, האט ער אונז בארואיגט אויף וואס מיר האבן אים געפרעגט, צי אונז וועל מיר קענען זעהן חיות אפילו עס פאלט א לייכטע רעגן אינדרויסן, זאגענדיג דערביי אז ווי לאנג עס מבול’ט נישט קען מען געווענליך נישט זעהן קיין חילוק אין די חיות רוטין. אנגעהויפנט מיט אינפארמאציע אין קאנפידענץ האמיר זיך אריינגעזעצט אין קאר אין אנגעהויבן פארן אין די ריכטונג פון מאונט וואשבארן. די וועג נעמט בערך א שעה אבער האט געדויערט אסאך לענגער, ווייל ווער עס קען מיר ווייסט אז ווען איך פאר אריין אין א נאציאנאלע פארק פארגעס איך פון אלעם אין איך פאר נערווירענד שטייט פאר די קארס אונטער מיר. ארומקוקענדיג אויף אלע זייטן צי חלילה נישט פארפאסן קיין זאך, האב איך אליין נישט געגלייבט מיין סוקסעס- אין פראנט פון אונז איז געווען אזא סארט קליינע טרעפיק דזשעם. מיר האבן באלד פארשטאנען אז דאס מיינט לכאורה אז מקען עפעס זעהן אויף די זייט פון די ראוד- אונז זעמיר ציגעפארן אביסל נענטער אנגעפאנצערט מיט די קעמרע אין מיט די קוקער, אין יא, אונז האמיר גוט ציגעטראפן! אויף די זייט פונעם ראוד, אויבן אויפן קליינעם בערגל, נישט צי ווייט פון אוועק איז געווען א שווארצע וואלף!



מיר האבן געכאפט פיקטשערס זיכער צי מאכן אז אונז האמיר פרוף דערפון. מיר זענען געווען אויסער זיך ווייל וועלף דרייען זיך נישט צופיל ארום אינדרויסן, אין זעכער נישט אינמיטן טאג. אונז האמיר געשעפט אסאך זיכערקייט מיט דעם אז דאס איז נאר דער אנהויב, אין אונז וועל מיר נאך זען אסאך מער. גייענדיג ווייטער אויף די געדרייטן שמאלע ראודס, אין זיך כסדר אפגעשטעלט באטראכטן די הערליכע בערג און טאלן פונעם פארק, זעהנדיג פונדערווייטנס גרופעס בייסאן. אונז האמיר געמאכט א סטאפ ביי די “פעטרעפייד טרי” פאר אפאר מינוט,

אין געפארן ווייטער אין נאך א לענגערע צייט פון דרייוון זעמיר אנגעקומען צי “מאונט וואשבארן”, אבער אונז האמיר אפגעמאכט אז אין אזא וועטער לוינט נישט צי הייקן. ני שוין, אז מגייט נישט הייקן, זעמיר צוריק אריין אין קאר מיטן ציל אנציקומען צי “קעניען ווילעדזש”. אויפן וועג האמיר געטראפן נאך פארשידענע חיות, א שטייגער ווי א קאיאטי

אין א בייסאן ממש אפאר פיס אוועק פון אונזער קאר.

אזוי אויך אינמיטן וועג איז געווען א טרעפיק דזשעם אין אונז זעמיר שנעל ציגעפארן, האפענדיג צי זעהן עפעס אינטערעסאנט. אונז האמיר אריינגערוקט די קאר אויף די זייט פון די ראוד אין מיר האבן באמערקט א גרופע מענטשן אויף א קליין בערגל דערנעבן. אונז זעמיר שנעל צוגעגאנגען פרעגענדיג יעדעם איינעם, פונקט ווי ביי א כאפצעם, וואס קען מען זעהן דא? אבער צי אונזער באדויער האבן זיי געענטפערט אז מהאט געקענט זעהן א גריזלי בער, אבער ער האט שוין אוועקגעוואקט. אונז האמיר זיך ארומגעדרייט דארט פרובירענדיג אפשר דאך וועט ער צוריק קומען- נאך אפאר מענטשן זענען געווען אזוי ווי מיר אין נישט געוואלט אויפגעבן, אבער נאך אפאר מינוט האבן די פארק רענדזשערס אנגעהויבן טרייבן דעם עולם צוריק אין קאר אריין, אקוראט אזוי ווי מהאט געטון מיט אונז אין ישיבה. דא דארף ארויסגעהויבן ווערן די גוטע ארבעט וואס די פארק רענדזשערס טוען אויף אין נאציאנאלע פארקס- יעדעס מאל וואס א ווילדע באשעפעניש וואנדערט ארויס פון וואלד, וועט ביז צוויי מינוט א רענדזשער דארט זיין צי קאנטראלירן די טרעפיק, ווי אויך זיכער מאכן אז קיינער טוט נישט קיין ווילדע שריט אדער גייט צי נאענט צום באשעפעניש. איינמאל די חיה איז צוריק אריין אין וואלד הייבן זיי אן שיקן דעם עולם אוועק פון דארט. אונז זעמיר צוריק אריין אין קאר און זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג צו די “גרענד קעניען אויף יעלאסטאון”. האט נישט קיין מורא רבותי, אונז האמיר זיך אפגעשטעלט נאך עטליכע צענדליגע מאל באטראכטן די הערליכע נאטורלעכע ווינדער פון יעלאסטאון. ווי נענטער אונז זעמיר געווארן האמיר אנגעהויבן זעהן מער אין מער ריזיגע אין מאכטפולע בערג.

די שיינקייט פון די בערג איז עפעס אויסנאם הערליך טאקע צוליב דעם וואס יעלאוסטאון איז אויסגערופן מיט אירע גייזערס אין ווילדע באשעפענישן רעדט קיינע נישט צי סאך פון אירע הערליכע נאטורליכע בערג – זייערע קאלירן שרייען ארויס מה רבו מעשיך השם. די גרענד קעניען אויף יעלאסטאון איז צוויי מאסיווע בערג מיט הערליכע קאלירן שטיינער ארומגענומען מיט הויכע גרינע ביימער, אין אינעם טיפן טאל לויפט דורך א ריזיגע וואסערפאל, שאפענדיג א הערליכע בילד. אונז זעמיר ארומגעגאנגען צי אלע פלעצער אין זיך פארקלאצט אויף די וואסער וואס איז דורכגעפלאסען די שטיינערנע בערג מיט אירע הערליכע געזאנגען, נישט קענענדיג אראפנעמען קיין אויג פונעם ווינדערליכען האריזאנט.



נאך א לענגערע וויילע האמיר זיך אנגעגארטעלט די כוחות אין זיך שווערליך אפגעריסן פונעם באקוועמען ארט. אונז האמיר זיך אריינגעזעצט אין קאר אנגעזאפט מיט הערליכע זכרונות אין בילדער פון די גרענד קעניען אויף יעלאסטאון. מיר האבן אנגעהויבן פארן אין ריכטונג פון “העדען וועלי”. העדען וועלי איז בארימט פארן זיין א פלאץ ווי זייער אסאך פון די באשעפענישן וואס וואוינען אין יעלאסטאון שטאטן דארט כסדר אפ באזוכן, אין אונז האמיר געהאפט צי קענען מיטהאלטן אביסל ווי זיי פארברענגען דארט אנגענעם. אנקומענדיג אהין האמיר נישט געטראפן קיין גרויסע מציאות חוץ פון אפאר איינזאמע בייסאן- אונז האמיר גענומען אפאר בילדער,


ווייל ווער עס קען מיר ווייסט אז איך גלייך זיך איינצורעדן אז איך בין דער גרעסטע פראפעסניאלע בילדער מאכער, אין יעדעס מאל וואס איך באקום א שאנס גלייך איך צו פארשוואונדען ווערן אין דו וועלט פון פאטאגראפיע. איך פרוביר צי פאראייביגן די פונקטליכע מינע אויף יעדע חיה’ס געזיכט, סא איך האב געהאט וואס צו טון פאר אפאר מינוט. מיר האבן שפעטער אויסגעפונען אז די סיבה פארוואס אונז האמיר נישט געזעהן קיין סאך באשעפענישן איז צוליב וואס רוב חיות דרייען זיך נישט צופיל אינדרויסן אינמיטן טאג, ווייל עס איז צי הייס פאר זיי- דאס מיינט אפילו ס’איז נישט אזוי הייס פאר מענטשן, שלעפן חיות ספעציעל פון די גרעסערע סארט זייער אסאך וואג, ממילא וועלן זיי ליבערשט זוכן שאטן אונטער ביימער, און בין השמשות ווען די זון באקט שוין נישט אזוי שטארק, קריכן זיי ארויס פון זייער באהעלטעניש אין זיי גייען ווי זיי ווילן אנקומען. זייענדיג אין העדען וועלי אינמיטן טאג, האמיר ממש גארנישט געזעהן, האמיר אפגעמאכט אז אונז גייען פארן ווייטער מיטן ציל צוריקצוקומען שפעטער אין טאג .די קומענדיגע אקטיוויטעט אויף די ליסטע איז געווען צו גיין אויסטשעקן די “טערמאל מאדפאטס”- דאס זענען אזעלכע קליינע טייכן פון בלאטע וואס בלעזלט אן קיין אפשטעל.







א טייל פון די טייכן זעהט אויס ווי פשוט’ע בלאטע, אין ס’איז דא וואסערן וואס האבן אלע מינע רעגנבויגן קאלירן, אבער הצד השווה שבהן “ס’שטינקט”. מיט דעם אלעם איז עס עפעס וואס איז אויסערגעווענטליך שיין- מ’קען משוגע ווערן פון די הערליכע רויטע אין געלע צירקלען ארום די קליינע טייכלעך, דאס איז אויף די רואיגע זייט. פון די אנדערע זייט כאפט א פחד צו זעהן ווי א טייל פון די טייכן ווילדעווען ארום אן אויפהער ממש וואו דער סמבטיון, און אויב דערוואגט מען זיך צו דערנענטערן צו נאענט ווערט מען באוואשן פון די בואש וואסער. און גלייבטס מיר ווען איך זאג אז עס איז נישט ב’טעמהט….. די אויגן קענען זיך נישט גענוג אנזעטיגן (די נאז גראדע יא) פון באטראכטן די נפלאות הבורא. איך זאג אייך ס’איז ווערט א באזוך נאר דאס מיטצוהאלטן לעבעדיג, ווי שיין דער באשעפער האט זיך אויסגעשטעלט זיין וועלטל .
פארענדיג ווייטער אראפ צו די דרום זייט האמיר באמערקט- נו די דארפסט שוין וויסן יעצט- יא אזוי ווי די זאגסט, א טרעפיק דזשעם. אונז רוק מיר אריין די קאר אין דו זייט אין מ’לויפט ארויס- ווער ווייסט וואס מ’קען דא טרעפן? פארשטייט זיך אז אונז האמיר מיטגעשלעפט דעם קוקער אין אונז זעה מיר ווי דער עולם שטייט אין קוקט ארויף אויפן בארג. איך האב גלייך אנגעהויבן מיין אינוועסטגעשאן- וואס זעהט מען? ווי איז עס? ווער האט עס געזעהן ערשט? אין זיי הייבן אן ווייזן- קוק דארט אונטער די בוים קען מען זעהן א ברוינער גריזלי בער! איך וועל זאגן דעם אמת ס’האט געדויערט א גוטע פאר מינוט צי דערווישן זיין לאקאציע, אבער איינמאל איך האב אים געטראפן איז די קוקער גוט אריינגעקומען, באטראכטענדיג פונקטליך יעדע ריר פון אים. קיין געהעריגע פיקטשערס האט מען נישט געקענט כאפן, ווייל ער איז געווען אביסל צו ווייט. זעמיר געבליבן ווארטן דארט האפענדיג אז ער וועט זיך רוקן אביסל נענטער, אבער דאס בער איז געווען פון די וואוילע סארט- זעהט אויס אז ער האט נישט געוואלט עובר זיין אויף טירחה דציבורא, זעהנדיג אז וואס א מינוט מער עס גייט אדורך זאמעלט זיך אן א גרעסערע עולם, האט ער אנגעהויבן שפאצירן נענטער אויף אראפ. מיין הארץ האט פארפעלט עטליכע קלעפ ווען איך האב געזעהן אז ער קומט אין אונזער ריכטונג- איך האב שוין געמאכט פלענער ווי אזוי צי לויפן צי מיין קאר- נאך א אנגעצויגענע פאר סעקונדעס האט ער זיך אפגעשטעלט אין זיך שיין אהערגעשטעלט פאר’ן בילד.



מיר זענען אים געבליבן באטראכטן פאר א וויילע, וועלענדיג זעהן צו ער גייט קומען נאך נענטער, אבער זעהט אויס אז ער איז שוין נישט געווען אין די גיסטע, אין נאך אפאר מינוט האט ער אוועק שפאצירט. מיר האבן זיך צירוק אריינגעזעצט אין דו קאר אנגעפאשעט מיט גוטע פיקטשערס פונעם גריזלי- אונז זעמיר געווען גוט אויפגעלייגט ווייל ווי ווייט איך האב מיר נאכגעפרעגט ביי מענטשן וואס זענען שוין געווען און יעלאוסטאון, האבן אלע געזאגט אז צו זעהן אין איין טאג דארטן א וואלף און א גריזלי בער דארף מען האבן זייער גוטע מזל. נאכ’ן זיכער מאכן אז מ’האמיר דעם קוקער זעמיר געפארן ווייטער. אונז זעמיר געווען אויפן וועג צי דו צפון זייט פון די גרויסע יעלאוסטאון לעיק- אויפן וועג אהין האמיר אנגעטראפן נאך אפאר בייסאן און עלק. איך דארף שוין אפילו נישט זאגן אז מ’האט גע’סטאפט דעם קאר און גענומען בילדער…



אונז זעמיר אנגעקומען צום לעיק אין אונז זעמיר שיעור נישט אוועקגעבלאזן געווארן פון דארט, כאטשיג וואס די זון האט זיך ענדליך באוויזן צווישן די וואלקענעס, זעמיר געשטאנען ביים וואסער,

אין די ווינטען זענען געווען פול מיט צארן. זעהנדיג אז די ווינט בארואיגט זיך נישט זעמיר צירוק אריין אין קאר מיט די צעפלויגענע פיאות- פארשטייט זיך נאכן נעמען אפאר בילדער פונעם שיינעם גרויסן לעיק. אונז זעמיר געווען גוט אויסגעמוטשעט נאך א לאנגע טאג פון גיין אין קומען, פון ווייטער ארומגיין איז שוין נישט געווען קיין רעדע. אונז האמיר אנגעשטעלט דעם דזשי.פי.עס. צום רוזעוועלט האטעל אין גארדינער, אין מ’האמיר זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג. ממש דארט האמיר באמערקט א גרויסע פאמיליע פון עלק- פארשטייט זיך אז מ’האט געדארפט סטאפן צי נעמען פיקטשערס, ווייל איך האב מסביר געווען אז יא, אונז האמיר שוין אסאך פיקטשערס פון עלק, אבער אונז האמיר נישט איינס ווי די קליינע בעבי קראסט אריבער די ראוד צי די אפענע ארעמס פון די מאמע.


אין אזוי ווי איך האב געטראכט, אזוי האבן זיי געטון. צופרידן מיט מיינע בילדער זעמיר ווייטער געפארן ביזן האטעל. די האטעל געפונט זיך אין גארדינער, בערך פינף אין צוואנציג מינוט אוועק פון יעלאוסטאון. אונז האמיר זיך אויסגעפאקט די זעק אין פעק- די צימער איז געווען זייער גרויס סא אונז האמיר זיך געקענט געהעריג אויסשפרייטן. אונז האמיר צירוק ארויסגעשלעפט דעם אלטן באקאנטן וואסער קאכער אין צוויי געלע נאדל זיפ קאפס זענען געשטאנען אויסגעשורה’ט ווי זעלנער. מ’האמיר געענדיגט די האלב אפענע פעקל פרענטש פרייס נאך פון נעכטן, אונז האמיר אפגעגעסן, אין זיך געלייגט שלאפן תיכף ומיד- מארגן האמיר דאך אויך א פולע טאג.
דינסטאג צופרי זעמיר אויפגעשטאנען פרי, מיט א פרישקייט אויסגערוהט ווי בערן. די בעטן זענען געווען בעסער ווי געראכטן, און האבן געטון זייער תפקיד מיט גערעכטיקייט. די וועטער איז געווען הערליך שיין- די זון האט אויסגעקוקט ווי ער וויל באצאלן פאר’ן נישט דא זיין נעכטן. אונז האמיר זיך געשטעלט דאווענען, נישט פארן אנצונדן אונזער געטרייער ידיד די אלעמען באקאנטן וואסער קאכער, אזוי אז די קאווע זאל זיין גרייט פאר נאכן דאווענען. זיפענדיג פון די הייסע קאווע האמיר אנגעראכטן א היימישע אייער שפייז און די בעטי קראקער, ארויסגעשלעפט די קרעקערס אין עטוואס טועם געווען. אונז האמיר געדאנקט דעם אייבערשטן פאר די פיינע עסן און טרונקן, אין ארויסגענומען אלע באגאזשן פון די האטעל צימער אריין אין אונזער קאר. מ’האמיר זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג צירוק צו יעלאוסטאון, א וועג פון צוואנציג מינוט בערך. אונז זעמיר אריין דאס מאל פון די צפון ענטרעס, אין געמאכט א סטאפ ביי די רוזעוועלט ארטש.

אונז זעמיר אנגעקומען צום בודקע, געוויזן די פעסס, אין אריינגעפארן. אויפן וועג צו “רארינג מאונטען” דורכאויס די וועג אהין האמיר זיך אנגעטראפן און אסאך אינטרעסאנטע זאכן, ווי אפאר גרופעס פון עלק פאשען די גראז, אין הערליכע וואסערפאלן אויף די זייט פון די ראוד. די וועטער איז געווען הערליך שיין, זעמיר כסדר ארויסגעגאנגען נעמען בילדער צו פאראייביגן די ספעציעלע געשעהענישן.






ענדליך נאך א לאנגע וועג זעמיר אנגעקומען צום בארג. דאס איז א גרויסע בארג וואס לענגאויס די גאנצע בארג רינט ארויס פארשידענע קעמיקלס און הערליכע קאלירן, אין דאס מאכט אז ס’זאל ארויסקומען גאר אסאך רויעך, אין איז זייער אן אינטרעסאנטע ספעקטאל מיטציהאלטן.

די גאנצע שטח דארטן איז זייער הייס אונטער די ערד, ממילא קען נישט געהעריג וואקסן קיין נארמאלע געוואוקסן, נאר אלע מינע מאדנע שפראצונגען. נאכ’ן זיך אנזעטיגן די אויגן מיט די געוואלדיגע וואונדער זעמיר געפארן ווייטער, דאסמאל אויפן וועג צו “נאריס גייזער בעסין”. די פלאץ איז א ריזיגע סעקשאן פון די פארק פול מיט גייזערס און הייסע פולס אנגעפולט מיט כל ערלי קעמיקלס- ווי שווער עס איז פארן נאז איז עס אבער סאך שענער פארן אויג מיטצוהאלטן ווי דאס פלאץ ווארפט אירע הערליכע רויטע געלע אין ליכטיג בלויע קאלירן.














צי מיטהאלטן ווי אזוי די גייזערס שפייען אן קיין אפשטעל טאנען פון רויעך אין סטיעם אדער וואסער איז עפעס וואס איז ממש ווי דורכבלעטערן אן אנגעפולטע קאלארינג בוק . די געפילן זענען צושפילט מיט פרייד ווען די כעמיקאלן שפייען צענדליגע פיס און די לופטן- עס זעהט אויס אזוי ווי די פארצייטישע טרעינס וואס האבן געשפיגן וואלקענעס פון רויעך עטליכע צענליגע פיס אין די לופטן. איינע פון די גייזערס הייסט טאקע “סטיעם באוט גייזער” ווייל אזוי זעהט עס טאקע אויס.

די גאנצע סעקשאן האט א בארדוואק וואס איז א סירקל, אזוי אז מ’זאל נישט דארפן וואקן אויף די סכנה’דיגן ערד. אונז האמיר ארומגעוואקט אויף די גאנצע סירקל, וואס דאס איז אביסל מער ווי א מייל. פון דארט זעמיר געגאנגען צו “ארטיסטס פעינט פאט”- אויכעט אזא מינע פלאץ פול מיט זאכן צו זען. די סיבה פאר די נאמען איז טאקע צוליב איר אויסזען- ס’קוקט אויס ווי א מעלער’ס בארד.


די גאנצע געגנט איז א טונקל רויטע קאליר מיט אסאך שטריכן פון בלוי און גרין.
פון דארט זעמיר געפארן ווייטער צו “פאונטען פעינט פאט טרעיל”, אויכעט אזא פלאץ פול מיט הערליכע קאלירטע פולס און גייזערס. אויפן וועג פארענדיג אהין האמיר אנגעטראפן נאך אפאר בייסאן,

ווי אויך האמיר געהאט די מזל מיטצוהאלטן עפעס אויסערגעווענליך. עפעס וואס נישט יעדער וואס איז געווען אין יעלאוסטאון קען זאגן אז ער האט דאס געזעהן- אין פאקט כמעט קיינער קען נישט זאגן אז זיי האבן מיטגעהאלטן אזאנס. אויף די זייט פון די ראוד האבן זיך געשלאגן ווילדערהייט צוויי גרויסע גריזלי בערן-


זיי זענען אריבערגעלאפן די ראוד און צירוקגעלאפן, זיך נאכלויפענדיג. אונז האמיר גלייך אפגעשטעלט די קאר אפצוכאפן וואס דא קומט פאר- ס’האט נישט גענומען לאנג, און א לאנגע ליניע פון קארס זענען געווען פון הונטערוויילעכטס. אלע קארס האבן געשטעקט א קעמערע למען ידעו. אונז האמיר געכאפט פיל פיקטשערס פון די צוויי אויפגערעגטע בערן, ביז זיי זענען אנטלאפן טיף אריין אין די וואלד. אנגעקומענדיג צי “פאונטען פעינט פאט” האמיר באטראכט די הערליכע ווינדער פון השי”ת. דאסמאל זענען די טייכן געווען א מער ליכטיג בלויע קאליר.



פון דארט זעמיר געגאנגען ווייטער צו די “מידוועי גייזער בעסין טרעיל”- יא האסט גוט צוגעטראפען- דאס איז נאך א גרויסע שטח פון כעמיקאלע טייכן אין גייזערס, אבער די פלאץ איז א אויסנאם ווייל עס האט די גאר באוויסטע אייקאנישער “גרענד פריזמעטיק” טייך. די טייכל גייט ביינעזאם מיט דעם פארק, אפילו מענטשן וואס האבן נאך קיינמאל נישט געהערט פון יעלאוסטאון האבן זיך שוין לכאורה אנגעשטויסן מיט א בילד פון דעם בארימטע טייך. ווען איינער וויל ווייזן יעלאוסטאון און א פיקטשער, גייט ער לייגן דעם וואסערל. אין דעם געגנט זענען אויך דא נאך טייכן, אבער ווען אונז זעמיר דארט אנגעקומען האמיר גארנישט געקענט זעהן צוליב וואס די וועטער האט געמאכט אז די סטיעם וואס הייבט זיך פון די וואסערן איז געווארן געטוישט צו מאסיווע גרויע וואלקענעס פון רויעך,



אזש אונז האמיר אפילו נישט געקענט זעהן די וואסער, נאר ממש פאר געציילטע סעקונדעס. ני אז מ’קען גארנישט זעהן זעמיר געגאנגען צי די “פערי פאלסס טרעיל”- דאס איז א טרעיל אינמיטן די וואלד וואס גייט ארויף העכער “גרענד פריזמעטיק”. אינמיטן וועג ארויף האט זיך א בייסאן אריינגערוקט אויפן דורכגאנג אין געמיטלעך געפאשעט די גראז אן קיין שום דאגה אויף די וועלט ווי כאילו ער האלט מיר יעצט נישט אויף. נאכ’ן נעמען אפאר געוואגטע גאר נאענטע פיקטשערס האט ער שטייטערהייט אוועקשפאציערט.

די וועג ארויף איז גאר שיעף, אבער נישט אזוי לאנג. אונז זעמיר אנגעקומען אויבן נאך אפאר מינוט, אין עס האט זיך אנטפלעקט א הערליכע בילד- אין ענגליש זאגט מען איך בין געווען סטאר סטראק. די טייך “גרענד פריזמעטיק” האט א אויסערגעווענליכע שיינקייט אין זיך, דאס איז א ריזיגע טייך מיט ארענדזשע רינגען וואס נעמען ארום דעם דרויסענדיגע חלק. אינעווייניג האט ער געלע, ליכטיג בלויע, אין טונקל בלויע קאלירן, עס קען זיך דאכטן ווי די באראכסט א מענטשליכע אויג אונטער א פארגרעסערונג גלאז.


זייענדיג אינדערהייך האט מען געקענט זעהן מיט די קוקער א ריזיגע גרופע פון בייסאן פאשען די גראז.

ס’איז נאר דא א קליינע עפענונג פונעם טרעיל צי קענען זעהן “גרענד פריזמעטיק”, אין אזוי ווי איך בין נישט געווען דער איינציגסטער דארט, האמיר אריינגענומען די עקספיריענס ווי שנעלער נישט צי אויפהאלטן די ליין. אנגעזאפט מיט די הערליכע פאנאראמעס זעמיר געווען אויפן וועג אראפ פון בארג. מיין קעמערע האט שוין ממש געוויינט פון וויפיל ער האט געדארפט ארבעטן די לעצטע פאר טעג, אבער פיקטשערס האט ער נאך גענומען גוטע. פון דא זעמיר ציגעגאנגען צי די בארימטע “אלד פעיטפול” גייזער.

די סיבה פארוואס עס איז אזוי בארימט איז צילוב וואס זיי טרייען צי פרעדיקטן יעדע גייזער ווען ס’גייט שפריצן, אין יעדע גייזער קענען זיי זיך נאר מאכן ווי זיי ווייסן ווען עס גייט אויף פלאצן, אבער “אלד פעיטפול” ווייסן זיי ממש די מינוט וואס עס גייט אויפרייסן. קומען מענטשן אין די מאסן יעדע שעה אין א האלב בערך, מיטצוהאלטן ווי וואסער רייסט זיך ארויס פון דער ערד מיט א ווילדע קראפט, אפט מאל גרייכענדיג א הייך פון איבער הונדערט דרייסיג פוס! די אויפרייס האלט אן צווישן צוויי אין פינף מינוט- ווי נענטער עס ווערט צום אויפרייס אלץ מער מענטשן זאמלען זיך אן דארט, אין ווען די קאכעדיגע וואסער רייסט זיך ארויס פון דעם וואלקאנישע בארג הערט זיך א געשריי פון אלע ציקוקער וואס רופט ארויס שאק און ווינדער.האמיר געכאפט א פלאץ גענוג פרי, אין געווארט. ווען די מינוט איז ענדליך אנגעקומען האט עס נישט אנטוישט. דאס איז געווען גאר א אינטרעסאנטע מאמענט צי זעהן ווי די וואסער שפריצט מיט א געוואלדיגע קראפט ארויס פון די טיפעניש פון אונטער די ערד הייסערהייט, אין ספעציעל מיט אזויפיל מענטשן ארום. נאך אפאר מינוט ווערט עס נידריגער און נידריגער, ביז ער סטאפט אינגאנצן. איינמאל עס האט געענדיגט האט דער גאנצער עולם זיך גענומען קלאטשן מיט עקסטאז. אונז האמיר זיך אויפגעשטעלט אין געגאנגען צי די קאר- איך האב נישט געכאפט וויפיל מענטשן עס האבן עס מיטגעהאלטן ביז ווען איך האב געזעהן די טרעפיק ארויסצופארן פון דארט. צו אונזער מזל איז אונזער האטעל (קעבין) פאר די נאכט געווען ממש דארט, האמיר נישט געדארפט פארן צו ווייט. האמיר אריינגעטשעקט ביי די מעין בילדינג אין ציגעפארן צי אונזער בודקעלע. לעבן די בודקעלע איז געווען א קליין טייכל, האמיר געזעהן ווי א בייסאן איז געגאנגען פאר א טבילה,

ווארשיינליך זיך אפצוקילן פון די היצן. אונז האמיר אריינגעשלעפט אונזערע געפעק אין די קעבין אין אויפגעסעט אונזערע קלאפער געצייג צו קענען עסן נאכטמאל. די וועג ווי אזוי די קעבינס ארבעטן דארט איז אז מ’באקומט נאר א בעט אין די רום, אין צי גיין אין שאוער ברויך מען גיין צי די מעין בילדינג. איך האמיר איינגעפאקט א קליינע ריסעס פעקעלע מיט מיינע שאוער געצייג (זייף נישט שמעקעדיגע, אויב די ביסט געווען אין מחנה רב טוב). די שאוערס, כאטשיג נישט אזוי פריוואט ווי איך וואלט ווען געוואלט, זענען זיי אבער געווען זייער ריין אין צוזאמגענומען. נאכן נעמען א שאוער האמיר זיך געגרייט פאר נאכטמאל- דאס מאל האמיר געהאט א מילכיגע סעודה- גענומען צוויי ברויטלעך, אריינגעשטופט א טשיזעלע, אין אבגעבאקען אין די בעטי קראקער. אזוי האמיר געטון אפאר מאל, ביז אונז זעמיר זאט געווארן. מיר האבן געוואלט גיין אינמיטן די נאכט זעהן ווי אזוי די גייזער רייסט אויף אן די אלע ציקוקער, אבער ביינאכט איז די וועטער געפאלן אין די נידריגע דרייסיגער, איז די פלאן אפגערופן געווארן. אן די פלאן איז געבליבן איין זאך צו טון- גיין שלאפן. אונזער פלאן פאר דער מארגענדיגע טאג איז געווען א לאנגער, און אונז האמיר געוואלט אריינכאפן וויפיל שעה עס איז נאך פארבליבן צו ליגן אין בעט אין שמועסן מיט די בעל החלומות, ווי לאנג די זון שיינט נישט.
די מיטוואך זון האט זיך אויפגעוועקט אין א פריע שטונדע- ער האט זיך שטילערהייט אריינגעשמוגעלט אין אונזער קליינע כאטקע דורך די פענסטער. אונז האמיר אויפגעהויבן אונזערע מידע ביינער אין זיך גרייט געמאכט פארן טאג- די הייסע קאווע אויף די קריספי קלארע צופרי לופט איז גארנישט אזוי אוועקצומאכן. מיר האבן אריינגעווארפן די געפעק אין די טראנק פון אונזער קאר, אין אונזער ערשטע סטאפ פון די טאג איז געווען אויף די “ביסקיט בעסין טרעיל”. דאס איז א לאנגע בארדוואלק איבער א ריזיגע שטח פול מיט גייזערס, און האט ספרינגס.




אונז האמיר דארט ארום שפאצירט באטראכטענדיג דעם באשעפערס הערליכע וועלט וואס ער האט אונז געגעבן די זכיה צו זעהן. אינמיטן פון די בארדוואלק איז דא איינע פון די מאכטפולסטע גייזערס אין יעלאוסטאון, “גרענד גייזער”. די סיבה פארוואס ער איז ווייניגער פאפולער ווי “אלד פעיטפול” איז ווייל “אלד פעיטפול” רייסט אויף יעדע ניינציג מינוט בערך. “גרענד גייזער” רייסט נאר אויף צוויי דריי מאל א טאג, אין ווייל דער פשוט’ע מענטש גייט נישט ווארטן קיין זעקס זיבן שעה צו זעהן ווי אזוי עס רייסט אויף, איז “אלד פעיטפול” געווארן באקאנט די מערסטע, צילוב וואס יעדער קען זיך מער ווייניגער אויסרעכענען ווען דארט צי זיין צו עס מיטהאלטן. אבער ס’איז דאך אלץ דא די מינע מענטשן וואס זענען נישט גרייט צו סעטלען פאר ווייניגער, האמיר אונז יא אויסגערעכנט אז אונז זאל מיר עס קענען מיטהאלטן. אונזער פלאן איז געווען ארום צי וואקן אויף די טרעיל אין באטראכטן די אלע ספרינגס אין פולס, אין פאר די גרענד פינעלי מיטהאלטן ווי אזוי ער רייסט אויף מיט א ווילדע קראפט. אזוי ווי עס איז אביסל שפעט געווארן, אין מיר האבן נישט געוואלט איינשטעלן צו דארפן ווארטן נאך זיבן שעה, איז געבליבן אז אונז גיי מיר עס טון די ערשטע זאך און נאכדעם ארומגיין צי די אנדערע זאכן אין געגנט. אונז האמיר געמאכט אונזער וועג אהין מיט שנעלע טריט, אנגעפילט מיט עקסטאז, וויסענדיג אז נישט יעדער וואס קומט אן אין יעלאוסטאון האלט דאס מיט. איך האב מיך איינגערעדט אז איך בין דער איינציגסטער מיט דעם פלאן- אנקומענדיג בין איך געוואר געווארן אז ס’איז דא נאך אזעלכע מענטשן ווי אונז. די פלאץ איז געווען אנגעשטאפט מיט מאמעס, טאטעס, און בעביס, מיט, אדער אן, קערידזשעס- ממש ווי ביי תקיעות שופר. יעדער איז געשטאנען אין געווארט אויף דעם אויפרייס, אין נאך עטליכע שפאנענדע מינוטן האט ער אויפריסן אזוי ווי ס’ברויך צו זיין- די הייעך פון די וואסער וואס שפריצט ארויס גרייכט איבער הונדערט זעכציג פוס הויעך!


די גערידער ווען ער רייסט אויף איז ממש פארטייבנד, מאכענדיג ווילדע קולות. די גאנצע מעשה האלט אן פאר בערך צען מינוט, אין אזוי ווי “אלד פעיטפול” ווערט ער אויך שוואכער אין נידריגער, ביז ער הערט אויף אינגאנצן צו שפריצן. ווי נאר ער ענדיגט פלאצט דער עולם אויס מיט ווילדע קלאטשערייען פון פרייד. אונז האמיר געדארפט ווארטן א שיינע פאר מינוט זיך צו ריקן ווייטער אויף די בארדוואלק, צילוב די גרויסע געדרענג פון מענטשן וואס זענען דארט געווען. נאך עטליכע מינוט האט זיך עס אויסגעקלארט, אין מיר האבן שפאצירט אינעם געגנט באטראכטענדיג די גאר אינטרעסאנטע וואונדער פונעם פלאץ.




נאכן וואקן פאר א שטיקל מהלך זעמיר אנגעקומען צו “מארנינג גלארי פול”, אויכעט איינע פון די גאר פאפולערע פולס פון יעלאוסטאון צילוב איר אויסערגעווענליכע שיינקייט.


אונז האמיר עס באטראכט פאר א לאנגע וויילע, וואוסענדיג אז דאס איז אונזער לעצטע סטאפ אין יעלאוסטאון (אונז האמיר זיך נישט געקענט צי לאנג איינהאלטן פון צירוקגיין- לייענט מער איבער דעם אין מיין נעקסטע ארטיקל אי”ה). מיר האבן צירוקגעוואקט דעם לאנגען טרעיל צירוק צו אונזער קאר. אנקומענדיג האמיר אונז עספיעט מיטצוהאלטן נאך איינמאל ווי “אלד פעיטפול” רייסט אויף פונדערווייטענס, קוקענדיג מיט בענקעניש,

וויסענדיג אז אונז גיי מיר זיך גאר שטארק בענקען צו דעם וואונדערבארע פלאץ. אונז זעמיר אריין אין קאר אין געפארן אויף די דזשאן די ראקעפעלער דזשוניער הייוועי פאר בערך א שעה אין א האלב, ביז אונז זעמיר אנגעקומען צו די הערליכע שוועסטער פארק פון יעלאוסטאון- “גרענד טיטאן” נאציענאלע פארק- זיך ארויסשטעקענדיג (ממש אזוי) מיט אירע הערליכע ווייסע שפיצן.


אביסלע פאקטן אויף דעם פארק. די פארק איז אויסגעשפרייט אויף איבער דריי הונדערט טויזענט אקער לאנד, אין איז געגרינדעט געווארן אין פעברואר פון 1929 . די צענדליגער טויזענטער אקער לאנד איז מנדב געווארן דורך א בארימטע נאטור ליבהאבער דזשאן די ראקעפעלער דזשוניער, דורכן אפקויפן טויזענטער אקער לאנד אין עס אוועקגעבן פאר די פעדעראלע רעגירונג. ער ווערט אפטמאל דערמאנט אלץ דער איינער וואס איז שולדיג אין די גרונדונג פונעם פארק- ווען די פארק איז אוועקגעשטעלט געווארן איז עס געווען די פערצענטע פון די נאציענאלע פארקס.
אונז האמיר זיך אפגעשטעלט ביי די סיין צי כאפן א פיקטשער אין צי זעהן די הערליכע ווייסע שפיצן פון די ריזיגע הויכע בערג. דורכאויס אונזער וועג אריין צי די פארק האבן מיר זיך געהאלטן אין איין אפשטעלן צי באטראכטן די הערליכע סצענעס פון די אנגעשנייטע בערג אין זעהן איר וואונדער. אונזער ערשטע סטאפ אין די פארק איז געווען די “קאלטער בעי וויזיטער סענטער”-



דארטן האמיר זיך אנגעשעפט מיט אינפארמאציע איבער די פארק, אזוי אז אונז זאל מיר זיך נישט חלילה דארטן ארומדרייען ווי אומוויסענדע. פון דארט זעמיר ארויפגעפארן צי “סיגנעל מאונטען” ראוד, א גאר הויכע בארג אין די פארק, וואס פון דארט קען מען זעהן די ריזיגע טאל פון די פארק. אונז זעמיר אנגעקומען דארט אויבן און זיך נישט געקענט גענוג אנזעטיגן פון די הערליכע סצענעס פון דעם פארק. אונז האמיר באמערקט פון דארט אפאר גרופעס פון חיות שפאצירן אין דעם טאל.







אויך קען מען פון דארט זעהן די הערליכע בערג פון דערהייך, זיך הייבענדיג מיט זייערע הערליכע שפיצן. אונז זעמיר ממש געווען צוגעקלעבט צו דעם ארט, אבער מ’קען דאך נישט דארט זיין א גאנצן טאג. פון דארט זעמיר אראפגעפארן צו ענטעלאופ פלעטס, האפענדיג צו זען נאך חיות פארברענגן געמיטלעך. מיר האבן זיך כסדר אפגעשטעלט באטראכטן די הערליכע בערג פונעם הונטערגרונד. אינמיטן וועג האט זיך א “מאאס” באוויזן אויף די זייט פון די ראוד- דאס איז פון די הערש משפחה, אבער באלד דאפעלט אזוי גרויס.


ביז אפאר מינוט איז געווארן א אנלויף פון מענטשן מיטציהאלטן די ספעקטאל, וויבאלד זיי באווייזן זיך נישט אזוי אפט. די פארק רענדזשערס האבן געהאלטן סדר דארטן, אין נאך אפאר מינוט האט זי צירוק אריינגעוואקט אין וואלד. פון “ענטעלאופ פלעטס” זעמיר געפארן צי “טי. עי. מאלטאן בארן”- דאס איז א קליינע גאר אלטע הייזקעלע אינמיטן די פארק. די הייזעלע איז געבויט געווארן אין יאר 1910 דורך א מאן מיטן נאמען אלבערט מאלטאן. די הויז איז איינס פון עטליכע פון די בארימטע “מארמענס ראו”. דאס הייזקעלע שטייט ארויס ביי די פאטאגראפירער גאר שטארק צילוב וואס די הייזעלע קוקט אויס גאר גוט פאר א בילד, אין ספעציעל ווען מ’קען זעהן פון הונטער די הויז די הערליכע טיטאן בערג.



די הויז ווערט אפטמאל קאנסידערט אלץ די מערסטע פאטאגראפירטע הויז אין אמעריקע. ני, אויב האסטו געלייענט ביז דא ווייסטו דאך אז ווען ס’קומט צי נעמען פיקטשערס ווער איך מיר א גאנצע מבין, האב איך דאס נישט געקענט ארויסלאזן פון אונזער הענט. איך ברויך דאך אויפווייזן אז איך קען נעמען פיקטשערס מיט מיין טעלעפאון, זעמיר געשטאנען אין געכאפט פון יעדע ענגל,


ביז איך האב כמעט אויסגענוצט די מעמארי פון מיין פאון. די הויז זיצט אין א טאל ארומגענומען מיט הערליכע פארשנייטע ווייסע בערג- איך קען פארשטיין פארוואס אזויפיל מענטשן ווילן נעמען פיקטשערס דא. יעדער וואס האלט זיך נאר פאר א פארשטייער איז געשטאנען מיט אלע מינע קלאפער געצייג אין פרובירט צי כאפן בילדער, איינס שענער ווי די צווייטע. צופרידן פון מיינע בילדער האמיר זיך אריינגעזעצט אין קאר אין געפארן צי “אקסבאו בענד”. דאס איז א שיינע רואיגע טייכל, אין פון די אנדערע זייט טייך איז דא ריזיגע הויכע בערג. די טייך, צילוב וואס זי שטייט רואיג אין זי רוישט נישט, שפיגלען זיך אפ די שיינע ווייסע שפיצן אונעם טייך,



שאפענדיג א הערליכע בילד וואס דערמאנט אסאך מענטשן פון די בלויע טישו באקסעס פונעם ביהמ”ד. אונז האמיר פארברענגט דארט פאר אפאר מינוט, באטראכטענדיג די הערליכע טייך אין די בערג.



נאך אפאר מינוט האבן מיר אפגעמאכט אז ס’איז צייט צי אפרוען אונזערע מידע ביינער. אונז זעמיר געפארן צי דזשעקסאן, ווייאמינג, צו א הילטאן האטעל נישט צו ווייט פון די פארק- בערך 15 מינוט וועג. אונז זעמיר אנגעקומען, זיך אויסגעפאקט די זעקלעך, אין ארויסגענומען אונזער חבר די וואסער קאכער מיט די בעטי קראקער, אין אנגעראכטן נאדיל זופ מיט פיצא אין די בעטי קראקער. אונז האמיר זיך געאיילט צי גיין שלאפן, וואוסענדיג אז אונז וויל מיר אויפשטיין גאר פרי.
דאנערשטאג צופרי זעמיר אויפגעשטאנען גאר פרי- 4:45 פארטאגס- ווייל אונז מיר האבן געוואלט כאפן די זון אויפגאנג אין די פארק. אונז האמיר זיך שנעל אריינפאקט אין קאר- מיט א גרויסע קאווע פארשטייט זיך. אונז זעמיר געפארן פאר בערך צוואנציג מינוט ביז “שוואבעקערס לענדונג”- דאס דארף צי הייסן איינע פון די שענסטע זון אויפגאנג פלעצער, אויכעט צילוב וואס עס איז א קליין טייכל אין פראנט פון ריזיגע הויכע בערג, אפשפיגלענדיג די בערג אין די זון אונעם טייך. ווען אונז זעמיר אנגעקומען איז שוין געווען אפאר מענטשן פארזאמעלט אויף דעם ארט, אבער אסאך זענען נאכגעקומען נאך אונז. אונז זעמיר דארט געווען פאר בערך א שעה, פון ווען סאיז נאך געווען טונקל ביז די זון האט געהעריג געשיינט. די גאנצע מעשה איז עפעס אויסטערליש שיין-






עס לוינט זיך אויפצושטיין אזוי פרי דאס צי קענען מיטהאלטן- צי זעהן ווי די זון קריכט ארויס פון אונטער די בערג, זיך הייבענדיג העכער זיי אלע, אין זעהן ווי אזוי עס שפיגעלט זיך אין די וואסער. איינמאל די זון איז געווען געהעריג אינדרויסן האבן מיר זיך אביסל ארומגעדרייט אין די געגנט, האפענדיג צי זעהן אביסל חיות. מיט נישט קיין גרויסע סוקסעס



האמיר זיך צירוקגעדרייט צום האטעל, צו דאווענען אין עסן פרישטאג. אונז זעמיר געווען גוט מיד, האמיר געמאכט אן אפמאך אז מלייגט זיך צירוק פאר אביסל שעפן פרישע כוחות. נאך א שעה צוויי זעמיר געווען גרייט צי גיין ווייטער- אונז זעמיר צירוק אריינגעפארן אין די פארק אין אראפגעדרייווט “דזשעני לעיק ראוד” צי באטראכטן די הערליכע סצענעס פונעם פארק. גלייב מיר- וויפיל מ’זעהט די בערג איז עס קיינמאל נישט גענוג- עס לאזט אייביג איבער דארפן נאך. פון דארט זעמיר געגאנגען צי דזשעני לעיק פאר א לאנגע אבער הערליך שיינע הייק ארום דזשעני לעיק. אינמיטן די הייק האמיר באמערקט א מאאס נעמען א טבילה אינעם לעיק, צילוב וואס עס איז געווען היבש א ווארימע טאג.





הייקן לעבן די וואסער האט אסאך געהאלפן פאר אונז צי זיך אפקילן אביסל. נאכן ארומוואקן די לעיק זעמיר אנגעקומען צי “אינספירעישאן פוינט”. לעבן דעם איז דא א ריזיגע וואסערפאל- “הידען פאללס”- די וואסערפאל געשעט פון די אלע שניי וואס צולאזט זיך אויף די בערג אין רינט אראפ מיט א מאכטפולע קראפט,


שפריצענדיג וואסער אויף אלע זייטן, אפקילענדיג יעדער וואס שטייט לעבן איר. עס ווענדט זיך וועלכע צייט פון יאר מען גייט- ווי שפעטער אריין אין זומער אלץ שוואכער ווערט די וואסערפאל, צילוב וואס עס איז שוין כמעט נישט דא קיין שניי וואס צולאזט זיך. ווען אונז זעמיר דארט געווען איז געווען ממש אנהויב זומער, אין די וואסער איז געפאלן מיט א ווילדע קראפט. נאכן כאפן דעם אטעם אין זיך אביסל אפקילן, זעמיר ווייטער געגאנגען צו אינספירעישאן פוינט,


אין פון האמיר אונז געהייקט נאך אפאר מייל אריין אין “קעסקעיד קעניאן”. צילוב וואס עס איז נאך געווען אנהויב זומער זענען אלע וואסערפאלן אין טייכלעך געווען איבערגעפילט מיט פרישע צולאזטע שניי אין גלעישער וואסער,




האלטענדיג אונז אביסל קיל, אין פארשטייט זיך יעדע פאר מינוט האמיר זיך אריינגעטינקן דעם פנים אין די קאלטע וואסער זיך אויפצופרישן. נאך אפאר מאל איז מיר איינגעפאלן א פלאן צו פארזוכן פון די וואסער- גלייבטס מיר די האסט נאך אין דיין לעבן נישט טועם געווען אזעלכע זיסע פרישע וואסער- אין נאך קאלט אויך. יעדע פאר מינוט ווען אונז זעמיר געווארן הייס האמיר פארזוכט פון די פיינע וואסער אין זיך אפגעקילט. דאס איז געווען א לאנגע הייק, אבער די סצענעס זענען געווען הערליך אין זיך געלוינט יעדן טריט. נאכן הייקן פאר א שיינע פאר מייל האמיר אנגעהויבן צירוקגיין, נאך וועלענדיג כאפן די לעצטע פערי וואס פארט דורך די לעיק, ווייל אויב אונז פארפאס מיר עס וואלט דאס געמיינט אז אונז גיי מיר דארפן הייקן נאך אפאר מייל ארום די לעיק. ווען אונז האמיר אנגעהויבן די הייק האבן מיר טאקע ארומגעוואקט די לעיק אבער יעצט, נאך א שיינע פאר מייל הייקן בארג ארויף, בין איך בכלל נישט געווען אין די גיסטע ציצולייגן נאך אפאר מייל אויף די היינטיגע טאג. אונז זעמיר צירוק אראפגעקומען צי אינספירעשאן פוינט און זיך אראפגעזעצט זיך אפרוען פאר אפאר מינוט. דארט האט זיך ארומגעדרייט א קליינע טשיפ מאנק וואס האט נאר געוואלט זיין לעבן מיר, וויבאלד איך האב אים געגעבן עסן אין טרונקען. נאך אפאר מינוט פארברענגען מיט מיין נייע חבר


זעמיר געגאנגען ווייטער אויף אראפ- גייענדיג נאך אביסל אויף אראפ האבן מיר זיך נאכאמאל באגעגנט מיט דעם גרויסן וואסערפאל. נאכ’ן עס באטראכטן פאר אפאר מינוט האבן מיר זיך גערוקט ווייטער. אונז זעמיר אנגעקומען צי די שיף ממש אין די לעצטע מינוט, זיך געשטעלט אין די ליין פונקט ווי ביי כפרות, אין געזעהן ווי די שיף ווערט נענטער אין גרעסער. אונז האמיר זיך אראפגעזעצט אויפן שיפל אין געמיטלעך אריבערגעשווימען די וואסער. מיר האבן געטשעקט אויפן פאון וויפיל מייל מיר האבן געהייקט, אין גוגל טענה’ט אז סאיז נאר זעקס א האלב,

אבער וואס זאל איך דיר זאגן ס’האט געפילט ווי אסאך מער.
אונז זעמיר געווען א ווי אויסגעקנאטענע טייגלעך, גוט אויסגעמוטשעט. אן כוח צי טון נאך א הייק וואס אונז האמיר געהאט געפלאנט אין די געגנט, אבער מיט אסאך טאג איבערגעבליבן, איז געבליבן אז מ’גיימיר גיין צו “גראוס ווענטשער”. דאס איז א בארג לעבן די פארק וואס האט געהאט אין 1925 אזא מעכטיגע לענדסלייד אז א ריזיגע שטיקל בארג האט זיך אפגעריסן אין אריינגעפאלן אין די גרויסע ריווער לעבן דעם, צוטיילענדיג דעם ריווער אין צוויי, אין דאס האט געטוישט די גאנצע לאנדשאפט ארום. די סלייד זאגן זיי איז געשען צוליב וואס עס האט גערעגנט זייער אסאך אין א שטיק צייט. עס איז געווען אזוי גרויס אז עס האט אויסגעריסן 50 מיליאן!! קיוביק יארדס פון זאמד אין שטיינער פין די בארג, אין זיך אראפגעקוילערט די בארג מיט א שנעלקייט פון דרייסיג ביז פופציג מייל! פער שעה אריין אין די וואסער, זייענדיג גורם אז די ריזיגע ריווער איז געווארן צוטיילט אין צוויי קלענערע ריווערס. ווען אונז זעמיר אנגעקומען דארטן האמיר באטראכט ווי אזוי די ריזיגע בארג האט א גרויסע לייידיגע שטח אינדערמיט, ממש ווי איינער זאל ווען האבן ארויסגעכאפט אביסל פון אינמיטן.


ס’איז געווען אינטרעסאנט צו זעהן ווי אזוי די צוויי וואסערן זענען אויסגעשטעלט, חוץ פון דעם איז עס א גאר שיינע טאל ארומגענומען מיט בערג, אין דאס איז געווען א רואיגערע אקטיוויטעט נאכן הייקן אזויפיל מייל.
ווען וועלט איז ווען וועלט וואלטן מיר זיך דא אויסגעדרייט אין געענדיגט דעם טאג מיט דעם. ני שוין, די ווייסט דאך שוין וואס ס’מיינט ווען איך זאג דאס- עפעס האט ער אנגעטראפן וואס ער האט זיך נישט געקענט איינהאלטן אין עס געמוזט גיין אויסטשעקן. לאמיר אנהייבן פון אלף: לעבן “גראוס ווענטשער” איז דא א אלטע לעגענדע אז אביסל ארויפציר איז דא הערליכע רויטע בערג, ממש אזוי ווי אין אריזאנע. ני, איינמאל אונז האמיר דאס געהערט זעמיר געווען איינגעשפאנט צי אויסגעפינען אויב דאס איז אמת, אדער סתם געמאכטע מעשיות. מיר האבן אנגעהויבן אויסשאקלען די אינטערנעט פון אונטען אויף ארויף, נישט איבערלאזענדיג קיין איין ברעקל אומ-אויפגעווישט. נאך שעות אויף שעות פון ריסערטש זעמיר נישט קליגער געווארן מיט קיין גרויסע זאכן, נאר אפאר ארימע קאמענטס אויף די פארשטיפסטע פלעצער וואס קען נאר זיין. זייענדיג דארט איז אונז נישט געבליבן קיין ברירה (נישט ממש), נאר אליינס צי זיין דער וואס גייט מחליט זיין צו די אזויגערופענע רויטע בערג עקזיסטירן בכלל, ואם לאו… אונז האמיר זיך ארויסגעלאזט אויף די יארכע. קיין סערוויס איז נישט געווען פון וואס צי רעדן (סתם אזוי יעדעס מאל פאר איך גיי אין א נאציענאלע פארק מאך איך זיכער צי האבן אפפליין מעפס פון די פארק, ווייל געווענליך האבן נישט די פארקס קיין סערוויס, מיט נאר אפאר אויסנאמען). אונז זעמיר געפארן מיט אינסטראקשענס פון פרעמדע מענטשן וואס ווער ווייסט בכלל צו מען קען זיי טראסטן. אנהויב איז עס נאך געווען גאנץ גרינג- נאכן אביסל אריינפארן אויף די לאנגע איינזאמע ראוד איז עס מער נישט געווען אויסגעפלאסטערט, נאר שטיינדלעך, וואס איז נישט די מערסטע באטעמט צי פארן אויף, אין ספעציעל ווען אונז ווייס מיר נישט אויף זיכער אז די בערג זענען דארט. נאכן פארן נאך אביסל טיפער אריין איז שוין קיין שטיינער אויך נישט געווען, נאר דאסמאל איז עס שוין געווען נאר זאמד מיט לעכער, מער ווי די ראוד זעלבסט. אונזערע ביינער האבן געכאפט רעכטס אין לינקס שווערע שלעק פון די פילע לעכער אויפן ראוד. אונז האמיר שוין געטראכט- איז עס אפילו ווערד צי זעהן די בערג מיט אזא וועג? אבער נאך עטליכע מייל אריין האמיר ענדליך אנגעהויבן זעהן אינטרעסאנטע מינע בערג.






איינמאל מיר האבן עס אנגעטראפן האבן מיר זיך געמוזט מודה זיין אז סהאט זיך געלוינט צו פארן אויף אזא צובראכענע ראוד צו קענען אליין פעסטשטעלן, אז יא, סאיז דא הערליכע שטאלצע רויטע בערג וואס שטייגן ארויס מיט זייערע הערליכע קאלירן. אונז זעמיר געשטאנען דארט אין זיך נישט געקענט גענוג אפוואונדערן פון די הערליכע בערג מיט זייערע ליכטיגע קאלירן, אין בכלל ווי אזוי עס קען זיין אז אזעלכע שיינע בערג ממש לעבן “גרענד טיטאן” זאל טאקע קיינער גארנישט וויסן דערפון. איך קען הערן אז ס’איז אפשר נישט אזוי באטעם’ט צי פארן די האלבע שעה אויף אזעלכע ציקראכטע ראודס, אבער ממש אז קיינער זאל נישט וויסן דערפון בלייבט אונז א מיסטעריע אויף אייביג. מיר האבן פרובירט עס צו באשרייבן אויף גוגל מעפס אז עפעס מער אינפארמעישאן זאל זיין אוועיליבעל פארן אלגעמיינעם עולם. נאכן זיך פיין ענדזשויען דארט, אין ווען ס’האט אנגעהויבן נעכטיגן, האמיר זיך אויסגעדרייט די דאטשיק אין אנגעהויבן צירוקפארן צו אונזער האטעל. די וועג האט אונז גענומען בערך א שעה- אויפן וועג האבן מיר געטרייט צי זעהן נאך אביסל וויילדלייף פונעם פארק, אבער נישט מיט קיין גרויס מזל. אונז זעמיר אנגעקומען צירוק אין האטעל, אין דארט ביי די פראנט דעסק האמיר אונז געבעטן פון די מיסיס אז זי זאל אונז צירוקשיקן די בער ספרעי דורך פעדעקס גראונד- מ’קען דאס נישט ארויפנעמען אויפן עראפלאן, אין אונז האבן עס נישט געוואלט אוועקווארפן, האבענדיג אפגעקאסט א שיינע מטבע. זי האט צוגעזאגט אז זיי גייען עס שיקן, אין אונז דארף מיר זיך נישט זארגן (איך הער פונקטליך). אונז האמיר זיך גוט אנגעגעסן מיט פיצאס פון די בעטי קראקער ווי אנגעשטאפטע גענז, און זיך אריינגעלייגט אין בעט, ווייל אונז האמיר געדארפט אויפשטיין גאר פרי דעם נעקסטן טאג.
פרייטאג זעמיר אונז אויפגעשטאנען גאר פרי. מיר האבן נאך איינגעשפאנט דעם וואסער קאכער נאך איין לעצטע מאל, פאר אונזער לעצטע קאפי פונעם טריפ. אונז האמיר גענומען אונזערע האב אין גוטס, זיך אריינגעפאקט אין די קאר, אין געפארן ביז די דזשעקסאן האל עירפארט- א וועג פון 15 מינוט. א אינטרעסאנטע זאך איז אז די עירפארט געפינט זיך אינמיטן די פארק, ווערענדיג פאררעכענט אלץ איינע פון די שענסטע עירפארטס אין אמעריקע, האבענדיג הערליכע סצענעס פון די “טיטאן מאונטען רענדזש” ווען מ’הייבט זיך פון דארט. אונז האמיר צירוקגעגעבן די קאר אין זיי האבן אראפגענומען די אלע איבריגע באצאלדינגען. מיר האבן אריינגעטשעקט- זייענדיג גאר א קליינע עירפארט האט עס גענומען ממש אפאר מינוט. נאכן אריינטשעקן איז נאך געבליבן אפאר עקסטרע מינוט האב איך געטון וואס א איד האט צי טון, אין זיך געשטעלט דאווענען ביים געיט מעוטף בטליתו, ווערנדיג באטראכט דורך יעדע פארבייגייער. נאכן דאווענען זעמיר גראד ארויף אויפן פליגער אין זיך באקוועם געמאכט אויף די אויסגעקוועטשטע זיצן, וואוסענדיג אז דאס איז מיין פלאץ פאר די נעקסטע פאר שעה. די פליגער האט זיך געהויבן אין א מזלדיגע שעה- די וועג ארויף איז געווען עפעס אויסטערליש שיין. זייענדיג העכער אלע בערג קען מען באמת זעהן ווי הויך אין ברייט די ווייסע בערג זענען.


נאכן זיך אויפהייבן איז עס א פשוטע עראפלאן רייזע- איך האב פרובירט צי שלאפן וויפיל עס איז מעגליך. ממש פארן לענדן אין ניוארק עירפארט איז געווען גאר ווילדע טורבילאנס- איך בין שוין אסאך מאל געפלויגן, אבער אזעלכע ווילדע טרייסלונגען האב איך נאך קיינמאל נישט געשפירט.
נאך פיר אין א האלב שעה האט אונזער עראפלאן גענידערט אויף די ראנוועי אין ניוארק. ארויסקומענדיג פון די עירפארט האבן מיר גערופן די שאטעל וואס זאל אונז נעמען צי אונזער קאר- פונקט ווי ביים גיין האט מען געדארפט ווארטן איבער צוואנציג מינוט פאר זיי. נאכן ענדליך אונז נעמען צי אונזער קאר האמיר אריינגעשליידערט די באגאזשן אין טראנק אין זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים. זייענדיג פרייטאג נאכמיטאג האט די וועג געדויערט בערך א שעה, אין מיט דעם איז אונזער יעלאוסטאון אין גרענד טיטאן טריפ געקומען צי אן ענדע!
איך האף אז די האסט הנאה געהאט דאס צי לייענען- צום ווידערזעהן אויף נאך פארשידענע טריפס!!!
Did you enjoy this article?

