This post may contain affiliate links, meaning we might make a small commission off any purchases at no additional cost to you.
זייט איך ווייס צי זאגן פון טרעוולען האב איך מיך שטארק פארליבט אין אמעריקע, זייענדיג א פלאץ וואס שטעלט צי פאר אלע סארט טרעוולערס אין זייערע געברויכן, סאיז מיר אלץ געווען א געדאנק אין קאפ צי באזיכען אלע 50 סטעיטס, טענהנ’דיג ביי מיר אז יעדע סטעיט מוז האבן עפעס צי פארקויפן נישט נאר פלארידע, (דעי פלאן האלט נאך טיף אינמיטן אין איז ווייט פון פארטיג) . איין שיינעם טאג זאגט מיר מיין ווייב אז זי האט עקסטרע פוינטס אויף סינגעפאר עיר, וואס גייט אט אט עקספייערן, ני אזא זאך טאר מען דאך נישט צילאזן. זעמיר אויפגעקומען מיט א פלאן צי גיין באזיכען איינע פון די 50 סטעיטס, אין טראכטענדיג פון א גוטע צייט זעמיר געבליבן אז חול המועד סוכות איז די פאסיגע צייט פארדעם. אונז האמיר נישט געוואלט איבערנעכטיגן דארט, וואס דעס האט געמאכט די ליסטע גאנץ קליין ווי אונז זאל מיר גיין, דאס מיינט (1) אונז האמיר נישט געוואלט פליען מער ווי 3 שעה אוועק פון ניו יארק ווייל ארויספארן צופרי אין צוריקגעקומען ביינאכט דארף דאך עס שטימען (2) אונז האמיר נישט געוואלט גיין אויף א פלאץ וואס האט צופיל זאכן צי טון ווייל אונז וועל מיר נישט אנקומען צי טון אלעס, אין ווען איך זאג אז איך וויל וויזיטן אלע 50 סטעיטס מיינט עס נישט אדורך פארן, סמיינט געהעריג אויסטשעקן א פלאץ. זעמיר געזיצן אין פרובירט צי זען וואס וועט די בעסטע פיטן אונזער פלאן, דאס מיינט א פלאץ וואס האט פריע פארטאגס פלייטס אהין אין שפעטע ביינאכט פלייטס צוריק, נאכן שטודירן פאר א שטיק צייט זעמיר געבליבן אז מיניאפעלעס מינעסאטע שטימט די בעסטע מיט אונזער פלענער. סינגעפאר עיר זייענדיג פארטנערס מיט יונייטעד האמיר געהאט פונקט גענוג פוינטס צי בוקן די פלייט אויף צוריק פון עם. עס. פי. מיניאפעלעס מינעסאטע צי ניוארק. דא האט זיך געמאכט א שטיקל פראבלעם, אז אונז האמיר נישט געקענט טרעפן קיין פריע פלייט פון ניוארק קיין מיניאפעלעס, איז אונז געבליבן נאר די פלאן, אז אונז גיי מיר בוקן די פלייט פון לעגווארדיע, אין צירוק קומען קיין ניוארק. נישט וועלענדיג נעמען א טעקסי איז געבליבן אז אונז גיי מיר ארויספארן א טאג פארדעם צי עי. אר. בי. פארקינג לאט, וואס אונז האמיר געבוקט פאר 26 דאלער, איך וועל אראפלייגן מיין קאר דארט אין צוריקקומען מיט די אנדערע קאר, אין צופרי ווען אונז וועל מיר גיין צי לעגווארדיע וועל מיר אונז אראפלייגן די אנדערע קאר אין ווען אונז קום מיר אן ביינאכט אין ניוארק וועל מיר אונז דרייוון קיין לעגווארדיע אויף פיקן די אנדערע קאר.
געזאגט אין געטון, אונז האמיר אראפגעלייגט די קאר אין עי. אר. בי. פארקינג לאט. אין אונז זעמיר צוריק געפארן געשיקט, נישט וועלענדיג פארלירן צי סאך צייט, אונז דארף מיר דאך כאפן א פריע פלייט מארגן.נאכן זיך איינוויקלען אין די דאכענע היבש שפעט ביינאכט אונטער די סכך פרובירנדיג אריינצוכאפן די פאר שעה וואס איז נאך איבערגעבליבן, זייענדיג היבש אויפגעלייגט וואס דער מארגענדיגער טאג וועט ברענגען, אבער ווי אזוי יעדער וועט דיר זאגן ארבעט עס נישט אזוי ווען מען וויל איינשלאפן גייט עס נישט אזוי האב איך פארברענגט א האלבע נאכט ארויפקוקן אויף די שטערנס וואס מען האט געקענט זען דורך די שפאלטענעס פון די לייכטע איבערגעדעקטע סכך. נאך א לענגערע צייט האט מיר דער מלאך החלומות ארום גענומען, זיך אויפוועקענדיג צי די וועקער זייגער. רחמנות האבענדיג אויף מיינע שכנים וואס האבן דאס געדארפט הערן די לעצטע האלבע שעה האב איך עס שנעל פארלאשן אין ארויסגעשפרונגען פון בעט. סאיז צרות איך בין אויפגעשטאנען מיט א האלבע שעה שפעטער ווי איך האב געהאט אין פלאן, שאקלענדיג די לולב אין סוכה מיט נאר איין געמאכטע פאה ווייל איך האב נישט געוואלט מיטנעמען דעם לולב אין פרובירן מסביר זיין דעם פארוואנדערטער אגענט וואס דאס איז. זיך ארויסיאגענדיג פון הויז האב איך שנעל גענומען מיין קליינע זוטשקע וואס איך האב געהאט אנגעגרייט פון א טאג פריער מיט אביסל עסן אין טזשארדזשערס אין א בעטערי פעק. פארענדיג אויפן בי. קיו. אי. האמיר זיך געהאט גערעכנט אז 6:00 פארטאגס אויפן וועג צי לעגווארדיע וועט לכאורה קיין טרעפיק נישט זיין, געווען זעמיר א האלבע שעה שפעט. ני זעט אויס אז אונז האמיר נישט גוט גערעכנט ווייל טרעפיק אין בי. קיו. אי. גייט ביינעזאם, זעמיר געזיצן אין טרעפיק פאר 15 מינוט מורא האבענדיג אז מגיימער שפעטיגען די פלייט. נאכן זיך דורך קוועטשן די פילע טעקסיס אויפן בי. קיו. אי. זעמיר אנגעקומען אויף א קליינע געסעלע לעבן לעגווארדיע, סהאט אונז געדויערט אפאר מינוט אבער אונז האמיר געטראפן א פארקינג ספאט אויף דיטמערס אין 102 סטריט. גייענדיג מיט שנעלע טריט צום עירפארט, שעפשענדיג א תפילה אז סזאל נישט זיין צי שפעט. אריינקומענדיג זעמיר גלייך געגאנגען צי די טי. עס. עי. אגענטן, האבענדיג קלעיר זעמיר גאנץ שנעל אדורך די ליניע. ווי וויסענדיג אז אונז טריי מיר צי כאפן דעם פליגער האבן זיי גערופן מיין ווייב אין א זייט פאר א רענדאם טשעק, ני גיי זיי די חברה מסביר אז מיין אויסגעמאגערטע מהדרין טשיז סנעק לייגט נישט דאס לאנד אין געפאר. לויפענדיג צום געיט בין איך דורך א סטארבאקס סטאר, אין דאס דורשט פאר אביסל קאפי האט אנגעהויבן נאגן, איז געבליבן אז איך וועל ווארטן אין די ליין פאר א קאפי אין מיין ווייב וועט גיין קוקן וואס טוט זיך ביים געיט. נאכן שטיין פאר אפאר מינוט אין ליין וואס האט אויסגעקוקט ווי אן אייביקייט, קאלט מיר מיין ווייב אז זיי ווילן שוין פארמאכן די געיט. ני נישט געבליבן קיין ברירה איך בין ארויס פון די ליין צי די פרייד פון די מענטשן אונטער מיר (לכאורה), וועט נישט זיין קיין קאפי היינט, אין זיך גענומען לויפן מיט די אטעם און די הענט צי די געיט. אנקומענדיג זענען נאך געווען געציילטע מענטשן ביים געיט, זעמיר ארויף אויפן פליגער אונז זעמיר געווען די לעצטע ארויפצוגיין אויפן עראפלאן. איך מאך מיר באקוועם אויפן פליגער ווי איך גיי ווען ספענדן דא פיר נעכט. די עראפלאן האט זיך אנגעהויבן רוקן אויפן באשטימטע צייט 8:00. די רייזע איז געווען רואיג אין געשיקט ב”ה, אנגעקומען זעמיר אין מיניאפעלעס 10:06 ארטיגע זייגער, 11:06 ניו יארקע צייט, האבענדיג נאר פארלוירן צוויי שעה. אונז האמיר געמאכט אונזער וועג צי הערץ קאר רענטל, אונז האמיר געבוקט א קאר מיט 950 הערץ פוינטס, וואס האט געהאלטן ביים עקספייערן. אויפן וועג צום רענטל האט זיך דער קאפי דורשט אויפגעוועקט צום צווייטן מאל, דורך וואקענדיג א סטארבאקס, ני דאס מאל דארף מען דאך נישט כאפן א פליגער, האמיר זיך באשטעלט א גרויסע קאפי ווי צו באצאלן פארן נישט האבן פריער איינס. זיך שפירנדיג בעסער נאכן אריין נעמען אביסל קאפי זעמיר אנגעקומען צי הערץ, זייענדיג א פרעזידענטס סירקל מעמבער האמיר זיך אויסגעוועלט א פיינע באקוועמע קאר, אין געגאנגען. אפאר וואכן פארדעם ווען אונז האמיר אויסגעפלאנט די טריפ האט געהייסן אז סאיז דא א ערנסטע טשענס פאר רעגן, האמיר אונז אויסגעשטעלט אונזער טאג מיט צוויי פלענער, איינס אויב גייט טאקע רעגענען, איז געווען אין אונזער פלאן מער אינדאר אקטיוויטיס אין אויב נישט וועל מיר ארומגיין אינדרויסן. אנקומענדיג איז געווען אביסל פארוואלקענט, אבער סהאט נישט גערעגנט, זעמיר געבליבן אז אונז גיי מיר אנהייבן מיט אונזער אינדרויסענדיגע פלאן, אין אויב וועט אנהייבן רעגענען וועל מיר טוישן אינמיטן.
אונזער ערשטע סטאפ איז געווען אין פייק איילענד,בערך 15 מינוט פון די עיר פארט. עס איז א קליינע אינדזל מיט אסאך ביימער וואס האט א טרעיל ארום די אינדזל, ס’איז נישט בערגיג אין מוואקט אויף זאמד וואס מאכט עס א גאר געשמאקע שפאציר.



די וועטער איז געווען הערליך, נישט צי קאלט אבער א רואיגע קילע ווינט האט געבלאזן, אין האט צוגעגעבן גאר אסאך צי אונזער הייק. זייענדיג אזוי פרי אין טאג איז כמעט נישט געווען קיין מענטשן וואס האט צוגעגעבן צי די רואיגקייט. די שפאציר האט געדויערט בערך א שעה אין א האלב. אונזער נעקסטע סטאפ איז געווען מינעהאהא וואטער פאלס, נאכן זוכן פאר אפאר מינוט האמיר געטראפן דאס פלאץ. אונז האמיר געפארקט די קאר אין פון דארט האמיר געדארפט דורך וואקן א גרויסע פעלד, וואס האט אונז אריינגענומען אין א וואלד וואס דארט איז געווען א קליינע טרעיל וואס נעמט ארויף צום וואסער פאל.

די טרעיל לויפט אין די זייט פון א ריווער וואס האט אריינגעברענגט א מורעדיגע געפיל פון רואיגקייט צו שפאצירן אין הערן ווי די וואסער לויפט אונז דורך. נאכן וואקן פאר 10 מינוט זעמיר אנגעקומען צום וואסער פאל, דאס איז געווען א הערליכע בילד, ציצוקוקן ווי אזוי די וואסער פאלט מיט שנעלקייט.


אונז זעמיר געזעצן דארט פאר א שטיק צייט נישט קענענדיג זיך אפרייסן פון דארט, אבער אונז האמיר נאך געהאט א לאנגע טאג געפלאנט. אונזער נעקסטע סטאפ איז געווען די סטאון ארטש ברידזש, א הערליכע פארצייטישער ברידזש וואס זיי האבן פארוואנדלט אין א פלאץ פאר מענטשן צי וואקן דערויף. שפאצירענדיג אויף דעם ברידזש וואקט מען העכער די מיסיססיפי ריווער, די ברידזש איז איבער צוויי טויזנט פיס לאנג אין האט 23 ארטשעס.


די ברידזש קאנעקט סעינט פאול אין מיניאפעלעס (פארדעם ווערט עס אנגערופן טווין סיטיס). גייענדיג אויף עס קען מען זען ביידע סיטיס אין די בעקראונד, וואס געבט אסאך צו צום שפאציר. אונטער די ברידזש ביי די זייט זעמיר אונז געגאנגען צי מיל רואינס פארק, דאס איז א גאר היסטארישער פלאץ אין מיניאפעלעס היסטאריע. זייער אסאך פון די ווייץ אין אמעריקע פלעגט מען דארט צומאלן יארן צירוק. זייענדיג ביים וואסער האבן זיי דארט אויפגעבויט זייער אסאך ווינט מילן, זיי פלעגן לייגן א גרויסע רעדל און די וואסער, אין די וואסער וואס איז דורכגעלאפן פלעגט דרייען די רעדל וואס דאס האט צימאלן די ווייץ. מקען דארט זען אסאך איבערבלייבענישן פון פון מעל קאמפעניס אין זייערע בילדינגס.


סאיז געווען גאר אינטערעסאנט צי זען ווי אזוי מאלן ווייץ פלעגט אמאל ציגיין.
אונזער לעצטע סטאפ פונעם טאג איז געווען מיניאפעלעס סקאלפטשער גארדען. דארטן איז דא א ריזיגע גארטן מיט זייער אסאך אינטערעסאנטע סטעטשוס. ס’איז שווער אראפ צי לייגן אויפן פאפיר די מאדנע אויסשטעלונגען וואס אונז האמיר אלס געזען.




איי געס אז סאיז ארט, ווי די מענטשן זאגן אלץ מדארף פארשטיין צי דעם. נאכן אזוי ארום פארן א גאנצען טאג איז דאך נישט מער ווי נארמאל אז אונז זעמיר הונגעריג געווארן. מיניאפעלעס האט א אויסוואל פון פיר רעסטאראנען. אונז האמיר אויסגעקליבן סאטא סושי, נאכן זיכער מאכן מיט זיי אז זיי האבן א סוכה זעמיר אהינגעגאנגען עסן. די עסן איז געווען עכט באטעמטע דעליקאטעסן, איך האב נישט געוויסט אז אין די ווייטע מינוסאטע איז דא פיינע כשרע מאלצייטן.



נאכן שפירן בעסער מיט א פילע מאגן זעמיר צירוק געפארן צום עיר פארט. די ליינס זענען געווען בחסד אין אונז האמיר אריינגעטשעקט גענוג פרי אונז האמיר זיך אריינגעזעצט אין די אמעריקן עקספרעס לאונדזש. סאיז געווען היבש פיל, אבער דאך בעסער ווי צי זיצן ביי די געיט. אונזער פלייט אויף ניוארק איז געווען 8:01 ארטיגע צייט. די פלייט איז דורך רואיג ב”ה, אנקומענדיג ממש אין עירפארט איז געווען שיין צי באטראכטן די סיטי פון דערהייך.

געלענדט האמיר אונז 11:44 ניו יארק צייט ווייל אונז האמיר פארלוירן א שעה. גראד ביים לענדן האמיר אונז געלאזט וויסן פאר די פארקינג לאט קאמפעני אז אונז זעמיר דא, נישט וועלענדיג ווארטן צי לאנג. אזוי ווי אונז האמיר נישט געהאט קיין בעגס אריינגעשטעקט זעמיר גראד ארויס פון עירפארט. זיי האבן אונז שוין אפגעווארט אין גראד גענומען צי די פארקינג לאט, אין אונז האמיר זיך אריינגעזעצט אין קאר אין גלייך געפארן צי לעגווארדיע אויפפיקן די אנדערע קאר. די וועג האט געדויערט שנעל אן קיין טרעפיק, אונז זעמיר אנגעקומען, גענומען די קאר, אין אונז זעמיר אהיים געפארן.
סאיז געווען א גאר לאנגע טאג, אין אונז זעמיר געווען גוט אפגעמיטשעט, אבער עס איז נאך אלץ ווערד געווען.
איך האף אז די האסט הנאה געהאט, צום ווידערזען אויף נאך פארשידענע טריפס.
Did you enjoy this article?

very nice