This post may contain affiliate links, meaning we might make a small commission off any purchases at no additional cost to you.
מפתח
- לוח 📅
- נסיעה
- טיפס
- פלייטס✈️
- קארס און שאטעלס 🚐
- אוקריינישע באן 🚆
- איו אומאן
- לענדער
- טשארטערס 🛩️
- קאנטעקטס 📓
מיר האלטן נאך אינמיטן ארבעטן אויף די ארטיקל. אונז נעמען נאך צאם און שטעלן אויס אלע אינפארמאציע וואס מען דארף. ביטע פילט אייך באקוועם איבערצוגעבן סיי וועלכע אינפארמאציע אין די הערות אפטיילונג אדער דורך אונז שיקן אן אימעיל צו [email protected] און מיר וועלן עס צולייגן צום ארטיקל. יישר כוח פון פאראויס.
לוח תשפ”ז📅
| זונטאג | מאנטאג | דינסטאג | מיטוואך | דאנערשטאג | פרייטאג | שבת |
|---|---|---|---|---|---|---|
|
Sep 6
א סליחות
|
Sep 7
Labor Day
|
Sep 8
|
Sep 9
|
Sep 10
|
Sep 11
ערב ראש השנה
🕯️7:05PM
|
Sep 12
ראש השנה
🔥8:30PM
|
|
Sep 13
ראש השנה
🔥8:28PM
|
Sep 14
צום גדליה
🔥8:26PM
|
Sep 15
|
Sep 16
|
Sep 17
|
Sep 18
🕯️6:50PM
|
Sep 19
🔥8:15PM
|
|
Sep 20
ערב יום כיפור
🕯️6:46PM
|
Sep 21
יום כיפור
🔥8:11PM
|
Sep 22
|
Sep 23
|
Sep 24
|
Sep 25
🕯️6:36PM
|
Sep 26
🔥8:00PM
|
די זמנים זענען פאר אומאן. 15 מינוט פאר אין 72 מינוט נאך שקיעת החמה.
נסיעה
פארן קיין אומאן קומט אייביג מיט אסאך מניעות אבער די לעצטע פאר יאר א דאנק דעם פוטין האבן מיר ב״ה נאך אפאר. אין די ארטיקל האפן מיר צו מאכן די נסיעה גרינגער דורכן אויס שטעלן אלע אפציעס אויף א קלארן פארנעם.
- פלייטס – זעט פלייטס אפטיילונג
- אריינפארן אין אוקריינע: זעט אינפארמאציע לויט יעדע לאנד. עס איז דא דריי וועגן ווי אזוי מ׳קען אריבערגיין די גרעניץ:
- קאר\שאטעל: די צייט וואס עס דוירט אריבערצופארן קען זיך אסאך טוישן. פאר כמעט אלע לענדער דוירט עס בערך 2-1 שעה, אין פוילן קען מען זיך נישט אויסרעכענען און ס׳קען אסאך מאל נעמען איבער צוועלף שעה.
- באנען: אפאר לענדער ווי פוילן און אונגארן זענען דא באנען וואס מ׳קען נעמען אריבער די גרעניץ און אנקומען אין די גלילות פון אומאן. אריבער גיין די גרעניץ מיטן באן נעמט בערך 2-1 שעה.
- אריבער וואקן: אויב מ׳וואקט אריבער דארף מען ערלעדיגן א וועג אויף ביידע זייטן. די גרעניץ דארף נישט נעמען צי לאנג, אבער לעצטע יאר האבן מענטשן געשריבן אז זיי האבן געווארט ביי די פוילישע גרעניץ איבער פיר שעה.
- זעהט נאך אינפארמאציע פאר אין אומאן, ווי מלחמה געזעצן און טשעקפוינטס, שלאפן און מקוה, עסן און סעודות און נאך.
- ווען אינטערוועגנס זעט ווי לאנג עס נעמט ביי יעדער גרעניץ און טשעקפוינט, און לייגט ארויף ווי לאנג עס האט אייך גענומען ארויס צו העלפן אנדערע (קומט בקרוב בעז״ה).
☝️ טיפס
- לאז גענוג צייט פאר פראבלעמען: פלייטס האבען דילעיס, טרעינס (אין אוקריינע) האבען אסאך דילעיס, די גרעניץ ווערט איבערגעפילט מיט לאנגע ליינס. געדענק צו לאזן אסאך צייט (אפאר שעה) צווישן יעדע חלק פון די נסיעה.
- פאק ווייניג: ווען מ׳לויפט ארום צווישן פארשידענע מהלכים, איז זייער שווער ארום צושלעפן צוויי רענצלעך מיט א בעקפעק און א שטריימל באקס אא״וו. אויב מעגליך פאקן אין איין בעג וואס מ׳קען ארויף נעמען אויפן פליגער קען עס שפארן אסאך עגמת נפש (טשעקד רענצלעך קענען זיך פארלירן, מ׳קען אויך נישט נעמען אלע ביליגע פלייטס וואס איז צאמגעשטעלט פון אנדערע עירליינס). גאר אסאך זאכן קען מען קויפן דארטן (מחזורים, עסן, אא״וו).
- פאק עסן: האבן עפעס צובייס אויף די לאנגע רייזע קען גוט אריינקומען. (באנען האבן הייס וואסער ואאס מ׳קען נוצן צו מאכן קאווע, טיי און נאדעל סאו״פ).
- פאון סערוויס: אין אומאן אויף די גאסן דרייען זיך ארום אסאך ערלים וואס פארקויפען סים קארדס פאר צוואנציג דאלער. איך ניץ Google FI ($75/חודש) ווייל דאס ארבעט אין אנדערע לענדער ווי מ׳פארט דורך (מען דארף עס אנצונדן פאר מ׳פארט ארויס). פאר מער אינפארמאציע זעהט די ארטיקל פון @globetrottinggeek.
- קוק איבער פאספארט: א פאספארט דארף האבן כאטש זעקס חדשים פאר ס׳עקספייערט צו קענען ארויספארן פון לאנד.
- ברענג גענוג קעש: ארויסנעמען קעש אין אן אנדערע לאנד קומט געווענליך אויס גאר טייער מיט באנק פי״ס. מאכט זיכער איר ברענגט גענוג קעש און עס וועט אסאך צוניץ קומען פאר זאכן ווי קאר סערוויס, עסן, אא״וו.
פלייטס ✈️
די בעסטע פלייט איז נישט די זעלבע פאר יעדעם. יעדער רעכנט עס אויס אנדערש לויט די פרייז, סטאפס, ווי לאנג מ׳דארף צופארן אא״וו. פארדעם שטעלן מיר אויס אלע אינפארמאציע און איר קענט לויט דעם אויפקוקן די בעסטע פלייטס.
Kiwi Flight Search איר קענט ארום טוישן עירפארטס, דאטום, צייטן, סטאפס און אנדערע פילטערס לויט וואס פעלט אייך אויס.
- Kiwi איז געווענלך זייער גוט צו אויפקוקן פלייטס, און זיי האבן די בעסטע אויסוואלן און פילטערס. אבער זיי קענען זיין טייער ווען ס׳קומט צו באשטעלן. איינמאל איר טרעפט די פלייט אויף Kiwi קענט איר גיין צום עירליינס סייט און קויפן דירעקטלי מיט זיי (אויף Google Flights קען מען זען אלע סייטס ווי מ׳קען באשטעלן א פלייט).
- געוויסע פלייטס וואס איז צאמגעשטעלט פון אנדערע עירליינס דארף מען באשטעלן יעדע חלק עקסטער (זיי וועלן נישט אריבער טראגן טשעקד רענצלעך ביי די סטאף).
- זעט קאנטעקטס פאר טרעוול עג׳ענטס (רוב טרעוועל עג׳ענטס וועלן נישט צושטעלן פלייטס פון ביליגע מיני עירליינס וואס מ׳קען טרעפן אוף סייטס ווי Kiwi).
שפעטסטע צייט ארויסצופארן: מ׳קען ארויס פארען ביז מיטװאך נאכט אנקומענדיג דאנערשטאג נאכט. אבער מ׳דארף זיכער מאכען אז עס איז דא גענוג צייט אנצוקומען אויף אומאן פון װי אימער מ׳לענדט.
פריסטע צייט צוריק צו קומען: מ׳קען צירוק קומען אזוי פרי װי מאנטאג צופרי אנקומענדיג מאנטאג נאכמיטאג. אבער מ׳דארף זיכער מאכען אז עס איז דא גענוג צייט אנצוקומען פון אומאן צו װי אימער מ׳פליט פון.
עירפארטס
| לאנד | עירפארט | 🚗 דרייוון ביז אומאן דוערט* | שאטעל פרייז | 🚆באן קייו אומאן דוערט** | פרייז מיט׳ן באן*** |
|---|---|---|---|---|---|
| 🇲🇩 Moldova | Chișinău RMO | 6 hrs | $75-$100 | N/A | N/A |
| 🇷🇴 Romania | Iași IAS | 7 hrs | $85-$100 | Pending | Pending |
| 🇷🇴 Romania | Suceava SCV | 8 hrs | $100 | Pending | Pending |
| 🇷🇴 Romania | Bacău BCM | 9 hrs | – | Pending | Pending |
| 🇵🇱 Poland | Rzeszów RZE | 11 hrs | $125 | 11 hrs – 16 hrs | $75 |
| 🇵🇱 Poland | Krakow KRK | 12 hrs | $150 | 12 hrs – 17 hrs | $75 |
| 🇵🇱 Poland | Lublin LUZ | 12 hrs | – | 12 hrs – 17 hrs | $100 |
| 🇵🇱 Poland | Katowice KTW | 13 hrs | – | 13 hrs – 18 hrs | $100 |
| 🇵🇱 Poland | Warsaw WAW | 13 hrs | $150 | 13 hrs – 18 hrs | $100 |
| 🇵🇱 Poland | Warsaw WMI | 13 hrs | $150 | 13 hrs – 18 hrs | $100 |
| 🇷🇴 Romania | Bucharest OTP | 12 hrs | $150 | Pending | Pending |
| 🇷🇴 Romania | Cluj-Napoca CLJ | 13 hrs | – | Pending | Pending |
| 🇭🇺 Hungary | Debrecen DEB | 13 hrs | – | 15 hrs – 17hrs | $75 |
| 🇭🇺 Hungary | Budapest BUD | 14 hrs | $150 | 16 hrs – 18hrs | $100 |
| 🇸🇰 Slovakia | Košice KSC | 12 hrs | – | 15 hrs – 17hrs | $100 |
| 🇦🇹 Austria | Vienna VIE | 16 hrs | $150 | 18 hrs – 20hrs | $125 |
*רעכנט נישט אריין עקסטערע צייט פון זיצן ביים גרעניץ
**צייט ווענדט זיך אויף וועלכער באן מ׳נעמנט
***אריינגערעכנט פרייז וואס עס קאסט פון און צו די באן
קארס און שאטעלס 🚐
קארס און שאטעלס קען מען באשטעלן פון קאמפעניס ווי נסיעה טובה, אומן אקספרס און פיאכעלע, וואס פארן גראד פונעם עירפארט, גרעניץ אדער באן סטאנציע ביז אומאן.
שאטעלס און באסעס קאסטן צווישן $45 און $150, ווענד זיך אויף די עירפארט און וועלכע מינע אוטא (באס, ווען, אא״וו).
פרייוועט קארס קאסטן צווישן $500 און $2,000 פון/צו די עירפארט און פון/צו די גרעניץ קאסט פון $250 (ווענד זיך פון ווי און וועלכע מינע קאר).
- אומן אקספרס פרייזן
- פאיכלה פרריזן
- (koshertrippers נסיעה טובה פרייזן (10% דיסקאונט פאר רייזענדע פון אמערקע, זאגט וועגן
אוקריינישע באן 🚆
זעט די צייטן פאר יעדע לאנד.
באנען זענען געווענליך די שנעלסטע וועג אריבער צוגיין די גרעניץ, גרעניצן ווי מ׳וואקט אריבער זענען אויך נישט געפערליך (מענטשן האבן געשיקט לעצטע יאר אז זיי האבן געווארט פאר פיר שעה), אבער אריבער פארן מיט א קאר קען מען נישט אויסרעכנען און ס׳קען ווערן געפערליך (בעיקר ביי פוילן, צומאל איבער צוועלף שעה).
איך האב גענומען די באן די לעצטע דריי יאר און איך האלט אז ס׳איז גאנץ א גוטע וועג. די באנען מיט בעטן זענען גאנץ אלט אבער אויב מ׳האט א בעט אין ערשטע אדער צווייטע קלאס קען מען דורך שלאפן א שיינע שטיקל מהלך (דריטע קלאס איז געפערליך אין מ׳קען נישט אטעמען). די זיצעדיגע באנען זענען נייער און שנעלער.
עירפארט צום באן: זעה אינפארמאציע פאר יעדע לאנד.
באן סטאנציע צו אומאן: ביי די גרויסע באן סטאנציעס (וויניציע אד״ג) וועלן זיין אסאך ערלים וואס ווארטן פאר מענטשן צו נעמען צו אומאן פאר בערך $100/קאר און $200/ווע״ן (לויט ווי איך געדענק). מ׳קען זיך צאמשטעלן מיט נאך מענטשען וואס קומען אן. איינער האט געשריבן אז מ׳קען אויך נוצן Uber און ס׳קען נאך אויסקומען ביליגער.
קויפן טיקעטס:
די טיקעטס לויפן געווענליך אויס גאר שנעל סא זיי גרייט צו קויפן גלייך ווען זיי קומען ארויס. געווענליך קומט עס ארויס צוואנציג טעג פארן פארן.
טיקעטס קומען אויס צווישן $12 און $45.
- עפפ (Android, IOS): די עפפ ארבעט שוין היינט מיט אלע פאון נאמבערס. געוויסע וועגן (לכאורה די בעטן באנען פון פוילן) בעטן זיי א אוקריינישע וועריפיקעישן .
- Website: אוקריינע האט צוגעמאכט די סייט אז ס׳זאל נישט ארבעטן פאר מענטשן אינדרויסן פון אוקריינע, סא מ׳קען עס נאר נוצן מיט א VPN. ס׳קען אסאך מאל מאכן פראבלעמען ווען ס׳קומט צו באצאלן און נישט אן נעמען געוויסע קרעדיט קארטלעך.
- Polrail.com: זעט אויס אז דעי סייט פארקויפט אויך טיקעטקס פאר באנען וואס פארן צווישן אוקריינע און פוילן. ס׳זעהט זיך אויס אז זיי האבן נישט אלע סטאפס, סא מ׳דארף קויפן א טיקעט פאר ביז א ווייטערע סטאף ווי קיעוו אדער אודעסע.
- נסיעה טובה (זעהט קאנטעקס) האט אונז געמאלדן אז זיי קענען שוין באשטעלן פאר גרעסערע גרופעס יעצט נאך פאר עס קומט ארויס (זיי נעמען 20% קאמיש״ן).
אין אומאן
מלחמה געזעצן
טשעקפוינט: ווען מ׳קומט אן אין אומאן איז דא א טשעקפוינט וואס אלע באזוכער דארפן דורך גיין. מ׳דארף געווענליך ארויסגיין פון די קאר און אריינגיין אין א טענט ווי זיי קוקן דורך די רענצלעך צו זעהן אויב מ׳האט עפעס וואס מ׳טאר נישט (מ׳מעג נישט אריינברענגען משקה). די ליין קען ווערן אביסל לאנג און קען נעמען בערך א שעה דורכצוגיין. ס׳דא דרייווערס וואס האלטן אז זיי קענען דורך גיין אנדערע טשעקפוינטס, עטליכע קענען טאקע און עטליכע שיקט מען צוריק צו די גרויסע טשעקפוינט.
צאלן אריינצוגיין: געווענליך דארף מען באצאלן א פ״י אריינצוגיין אין אומאן אין ס׳איז טשעקפוינטס ווי זיי קענען בעטן א רעסיפט (איך האב קיינמאל נישט באצאלט אבער אסאך מענטשן זאגן אז מ׳האט זיי יא געבעטן). עס וועט זיין $45 צו באצאלן אויפן פלאץ, אדער קען מען באצאלן $27 אנליין פון פארדעם ביי aumantax.com אדער umantax.com.
ארום טראגן די פאספארט: זיי זאגן אז מ׳דארף אייביג האבן די פאספארט מיט זיך. ס׳איז דא טשעקפוינטס איבעראל אין אומאן ווי זיי קענען עס בעטן (איך מיין אז ס׳איז געווען א סוכסך וועגן דעם וועגן מענטשן ווילן עס נישט טראגן שבת און יו״ט, איך בין נישט זעכער וואס איז געווארן).
קורפיו: צווישן 12:00AM און 4:00AM טאר מען נישט זיין אינדרויסן. די קורפיו איז נישט זייער שטרענג אויסגעפירט פאר מענטשן וואס זענען אינטערוועגענס.
שלאפן און מקוה
שלאפן אין אומאן ראש השנה איז גאנץ טייער, און רוב פלעצער שטעלן צו באנק בעדס מיט בערך 6-8 מענטשן אין א צימער.
בעטן אין דירות קאסטען בערך $300-$400 פאר א באנק, אין $500-$600 פאר א סינגעל בעט.
עס איז דא אסאך האטעלס וואס שטעלן צו אסאך זאכן לויט וואס יעדער דארף (סעודות, מקוה, בית מדרש אא״וו). ווי למשל Hotel One (≈$900), די חסידשע קיבוץ (≈$900), Hotel B לאנדו (≈$1,200), און חושן ($5000, פריוואטע צימער).
מקוה: אסאך האטעל צימערן אין דירות האבן נישט קיין גיטע שאוערס ווייל רוב מענטשען נוצן די מקוה. ברסלב׳ע חסידים פירן זיך נישט צוגיין צום ציון נאר נאך דעם וואס מ׳איז געווען אין מקוה. מ׳קען קויפן מקוה קארטלעך פון אסאך האטעלס פאר בערך $100.
זעהט קאנטעקס ווי מ׳קען באשטעלן.
עסן און סעודות
סעודות שבת ויום טוב:
- רוב האטעלס שטעלן צו געשמאקע סעודות אריינגערעכנט אין די פרייז
- שיינערס: שוואכע עסן פאר בערך $100, וואס מ׳קען עסן אויפן פלאץ אדער אוועק טראגן
- פעדערס: גוטע היימישע סעודות, די יאר האבן זיי געמכט א סייט umanfeder.com צו באשטעלן פאר $100.
עסן אידערוואכן:
- שיינערס: שוואכע עסן צוגעשטעלט אומזינסט אינדערוואכן.
- פעדערס: מיין איך, שטעלט נאר צו פרישטאג אינדערוואכן.
- ס׳איז דא פארשידענע רעסטאראנטס און פרישטאג געשעפטן אויף פושקנא.
גראסעריס און בעקעריס:
- ס׳איז דא א שיינע פאר גראסעריס און בעקעריס ווי מ׳קען קויפן כמעט אלעס וואס מ׳דארף
בתי מדרשים און מנהגים
ציון: אלעס אין אומאן דרייט זיך ארום די ציון, מ׳קען דארטן טרעפן מנינים און ארויף די גאס אלע געשפטן.
ס׳איז גאר א גרויסע ענין ארויף צוגיין צום ציון צו זאגן תיקון הכללי און געבן אביסל צדקה אזוי ווי די רבי האט צוגעזאגט.
תיקון הכללי העולמי: אסאך מנטשן פירן זיך ארויפצוגיין צום ציון ערב ראש השנה און זאגן תיקון הכללי צוזאמען. אויב מ׳קען עס נישט מאכן איז אויך נישט געפערליך.
תשליך: מ׳קען זעהן ראש השנה מענטשן וואס זאגן תשליך ביי יעדע שטיקל וואסער, אבער אסאך מענטשן קומען אראפ צו די לעיק אין ס׳איז גאנץ אינטערסאנט.
בתי מדרשים:
ס׳איז דא אלע מינע מנינים אין אומאן צוגעשטעלט פאר יעדעם איינעם. געוויסע פלעצער פארקויפן זיצן פון פאראויס און געוויסע פלעצער דארף מען קומען פרי אויב מ׳וויל כאפן א פלאץ.
למשל: קלויז (גרעסטע מנין, גאנץ לאנג), שיינער (געשמאקע דאווענען מיט זינגען), נקודה טובה (זינגען אין טאנצן), פעדער (אברהם מרדכי שווארטץ), תורת חכם (ר׳ איטשע מאיר׳ס מנין ביים ציון, נעמט גאר לאנג), ר׳ שמשן שווארטץ (סאטמאר נוסח) אא״וו.
לענדער

- 🇲🇩 Moldova – מאלדאווע
- 🇷🇴 Romania – ראמעניע
- 🇵🇱 Poland – פוילן
- 🇭🇺 Hungary – אונגארן
- 🇸🇰 Slovakia – סלאוועקיי
- 🇦🇹 Austria – עסטרייך
🇲🇩 Moldova – מאלדאווע
קישונוב מאלדאווע עירפארט איז די נענסטע עירפארט צו אומאן וואס איז אפען. די וועג מיט א קאר דוירט בערך זעקס צו אכט שעה לויט ווי לאנג מ׳דארף ווארטן ביי די גרעניץ אא״וו.
די עירפארט איז נישט זייער גרויס און פלייטס לויפן געווענליך אויס פרי (אדער קאסטן טייער).
עירפארטס
| עירפארט | 🚗 דרייוון ביז אומאן דוערט | שאטעל פרייז |
|---|---|---|
| Chișinău RMO קישונוב | 6 hrs | $75-$100 |
באנען
איך וואלט נישט ג׳עצהט די באן פון מאלדאווע וועגן עס נעמט זייער לאנג און דרייווען דורך די גרענץ נעמט נישט גענוג לאנג ס׳זאל זיך לוינען. אבער עס איז דא א באן סא מיר האבן עס ארויפגעלייגט אויב איינער דארף עס.
| Route # | Type | From | To | Depart | Arrive | Duration | Drive To Uman |
|---|---|---|---|---|---|---|---|
| #351* | 🛏️ | Chisinau | Vinnytsia | 5:34 PM | 9:01 AM | 15h 27m | 2h 20m |
| Route # | Type | From | To | Depart | Arrive | Duration | Drive From Uman |
|---|---|---|---|---|---|---|---|
| #351* | 🛏️ | Vinnytsia | Chisinau | 8:00 PM | 11:30 AM | 15h 30m | 2h 20m |
*פארט יעדע צווייטע טאג
🇷🇴 Romania – רומעניע
רומעניע האט אפאר עירפארטס וואס זענען גאנץ נאנטלעך. סא אסאך מענטשען פארן דורך דארט. ס׳איז דא אפאר באנען וואס מ׳קען נעמען איינמאל מ׳גייט אריבער די גרעניץ און מיר האפן עס ארויף צולייגן בקרוב בעז״ה.
עירפארטס
| עירפארט | 🚗 דרייוון ביז אומאן דוערט | שאטעל פרייז |
|---|---|---|
| Iași IAS יאסי | 7 שעה | $100 |
| Suceava SCV סאקקעוויע | 8 שעה | – |
| Bacău BCM באקוי | 9 שעה | – |
| Bucharest OTP בוקארעסט | 12 שעה | $150 |
באנען
עס איז נישט דא קיין באנען וואס פארן אריבער די גרעניץ ביי רומעניע, אבער עס איז דא באנען וואס פארן פון דערפלעך נעבן די גרעניץ סא דאס האבן מיר ארויף געלייגט דא.
| Route # | Type | From | To | Depart | Arrive | Duration | Drive To Uman |
|---|---|---|---|---|---|---|---|
| #351 | 🛏️ | Ungheni (Moldova) | Vinnytsia | 9:01 PM | 9:01 AM | 12h | 2h 20m |
| #31 | 🛏️ | Solotvyno, Berehove | Vinnytsia | 1:40 PM, 5:12 PM | 5:45 AM | 16h 5m, 12h 33m | 2h 20m |
| #39 | 🛏️ | Solotvyno, Berehove | Bila Tserkva | 11:54 AM, 3:23 PM | 4:19 AM | 16h 25m, 12h 56m | 1h 30m |
| #216 | 🛏️ | Chernivtsi | Bila Tserkva | 12:38 PM | 1:25 AM | 12h 47m | 1h 30m |
| #136 | 🛏️ | Chernivtsi | Vapniarka | 2:57 PM | 3:46 AM | 12h 49m | 2h 5m |
| #130/#150 | 🛏️ | Chernivtsi | Kyiv | 3:30 PM | 4:55 AM | 13h 25m | 2h 30m |
| #8 | 🛏️ | Chernivtsi | Kyiv | 7:12 PM | 7:02 AM | 11h 50m | 2h 30m |
| #56 | 🛏️ | Rakhiv | Vinnytsia | 4:30 PM | 5:45 AM | 13h 15m | 2h 20m |
| #144 | 🛏️ | Rakhiv | Vinnytsia | 9:54 AM | 12:01 AM | 14h 7m | 2h 20m |
| #96 | 🛏️ | Rakhiv | Berdychiv | 6:16 PM | 6:16 AM | 12h 12m | 3h 10m |
| #256 | 🛏️ | Rakhiv | Kyiv | 7:37 PM | 10:06 AM | 14h 29m | 2h 30m |
| #16/#194 | 🛏️ | Yasinya | Kyiv | 1:28 PM | 2:23 AM | 12h 55m | 2h 30m |
| #358 | 🛏️ | Yasinya | Vinnytsia | 2:04 PM | 4:17 AM | 14h 13m | 2h 20m |
| #6 | 🛏️ | Yasinya | Bila Tserkva | 12:23 PM | 1:25 AM | 13h 2m | 1h 30m |
| #26 | 🛏️ | Yasinya | Vapniarka | 2:44 PM | 3:46 AM | 13h 2m | 2h 5m |
| Route # | Type | From | To | Depart | Arrive | Duration | Drive From Uman |
|---|---|---|---|---|---|---|---|
| #351 | 🛏️ | Vinnytsia | Ungheni (Moldova) | 8:00 PM | 8:08 AM | 12h | 2h 20m |
| #13 | 🛏️ | Vinnytsia | Solotvyno, Berehove | 7:12 PM | 11:43 AM, 8:22 AM | 16h 31m, 13h 10m | 2h 20m |
| #40 | 🛏️ | Bila Tserkva | Solotvyno, Berehove | 4:23 PM | 9:02 AM, 5:36 AM | 16h 39m, 13h 13m | 1h 30m |
| #216 | 🛏️ | Bila Tserkva | Chernivtsi | 10:24 PM | 10:21 AM | 11h 57m | 1h 30m |
| #136 | 🛏️ | Vapniarka | Chernivtsi | 10:55 PM | 11:34 AM | 12h 39m | 2h 5m |
| #129/#149 | 🛏️ | Kyiv | Chernivtsi | 11:19 PM | 12:25 PM | 13h 6m | 2h 30m |
| #7 | 🛏️ | Kyiv | Chernivtsi | 8:13 PM | 8:05 AM | 11h 52m | 2h 30m |
| #55 | 🛏️ | Vinnytsia | Rakhiv | 7:12 PM | 8:55 AM | 13h 43m | 2h 20m |
| #143 | 🛏️ | Vinnytsia | Rakhiv | 4:16 AM | 6:10 PM | 13h 54m | 2h 20m |
| #95 | 🛏️ | Berdychiv | Rakhiv | 10:42 PM | 9:50 AM | 11h 8m | 3h 10m |
| #255 | 🛏️ | Kyiv | Rakhiv | 5:49 PM | 7:50 AM | 14h 1m | 2h 30m |
| #15/#194 | 🛏️ | Kyiv | Yasinya | 9:23 PM | 10:06 AM | 12h 43m | 2h 30m |
| #357 | 🛏️ | Vinnytsia | Yasinya | 11:29 PM | 1:25 PM | 13h 56m | 2h 20m |
| #6 | 🛏️ | Bila Tserkva | Yasinya | 10:24 PM | 10:43 AM | 12h 19m | 1h 30m |
| #26 | 🛏️ | Vapniarka | Yasinya | 10:55 PM | 12:19 PM | 13h 24m | 2h 5m |
🇵🇱 Poland – פוילן
אסאך מענטשן פארן דורך פוילן קיין אומאן. מיט גרויסע עירפארטס און אסאך פלייטס זיך צו וועלן, קומט עס אויס גאנץ א גוטע מהלך (ס׳אויך דא עפעס דירעקט פלייטס). פוילן האט אויך באנען וואס פארן דורך די גרעניץ גראד צו די גלילות פון אומאן, מיט גאנץ אויסגערעכנטע צייט אריבערצוגיין די גרעניץ (אונטער בערך צוויי שעה).
פוילן איז אויך זייער גוט אויב מ׳וויל אריינכאפן אפאר פלעצער אדער זיך אפרוען אויפן וועג. מ׳קען זיך אפשטעלן ביי פלעצער ווי ליזענסק, דינוב, רימונוב און נאך. דעי פלעצער האבן כשר׳ע האטעלס מיט פרישע עסן וואס קומט גוט אריין אויף די לאנגע רייזע.
דרייוון דורך די גרעניץ פון פוילן קען אסאך מאל זיין א דרייקאפ וועגן ס׳קען זיך אנפילן מיט לאנגע ליינס (מער ווי צוועלף שעה ווארטן). דעיס איז איינע פון די סיבות פארוואס מענטשן האבן ליב צו נעמען די באן. מ’קען אויך דורך וואקן די גרעניץ אפאר פלעצער אבער מ’דארף ערלעדיגן א וועג אויף ביידע זייטן.
עירפארטס
| עירפארט | 🚗 דרייוון ביז אומאן דוערט* | Drive to Border (Przemyśl) | שאטעל פרייז | 🚆 Train Duration to Uman** | Approx. Cost with Train*** |
|---|---|---|---|---|---|
| Rzeszów RZE ריישא | 11 hrs | 1 hr | $125 | 11 hrs – 16 hrs | $75 |
| Krakow KRK קראקא | 12 hrs | 2 hrs 29 min | $150 | 12 hrs – 17 hrs | $75 |
| Lublin LUZ לובלין | 12 hrs | 2 hrs 36 min | – | 12 hrs – 17 hrs | $100 |
| Katowice KTW קאטאוויטש | 13 hrs | 3 hrs 25 min | – | 13 hrs – 18 hrs | $100 |
| Warsaw WAW ווארשא | 13 hrs | 3 hrs 49 min | $150 | 13 hrs – 18 hrs | $100 |
| Warsaw WMI ווארשא | 13 hrs | 3 hrs 49 min | $150 | 13 hrs – 18 hrs | $100 |
*רעכנט נישט אריין עקסטערע צייט פון זיצן ביים גרעניץ, וואס קען זיין אסאך אין פוילן.
**צייט ווענדט זיך אויף וועלכער באן מ׳נעמנט
***אריינגערעכנט פרייז וואס עס קאסט פון און צו די באן
באנען
רוב פון די באנען פארן ארויס פון פשעמישעל אין פוילן און פארן דורך די גרעניץ ביז טיף אריין אין אוקריינע נענטער צו אומאן.
ארומצופארן אין פוילן און אנצוקומען צו פשעמישל: פוילן האט גאנץ גוטע באנען און קען אפאר פלעצער זיין אזוי שנעל ווי א קאר. צייטן און טיקעטס קען מען זען ביי intercity.pl אין polrail.com. קארס קענען אויסקומען ביליגער אויב מ׳שטעלט זיך צאם מיט מער מענטשען. עס איז דא Uber אין אונגארן און אסאך מענטשען אין אייראפע נוצן Bolt.
| Route # | Type | From | To | Depart (Polish🕐) | Arrive (Ukraine🕑) | Duration | Drive To Uman |
|---|---|---|---|---|---|---|---|
| #706 | 💺 | Przemyśl | Vinnytsia | 9:35 AM | 5:23 PM | 6 hr 48 min | 2 hrs 20 min |
| #716 | 💺 | Przemyśl | Vinnytsia | 11:26 PM | 7:33 AM | 7 hr 7 min | 2 hrs 20 min |
| #52 | 🛏️ | Przemyśl | Kyiv | 8:24 PM | 7:34 AM | 10 hr 6 min | 2 hrs 30 min |
| #32 | 🛏️ | Przemyśl | Bila Tserkva | 6:07 PM | 5:21 AM | 10 hr 14 min | 1 hr 30 min |
| #74/#90 | 🛏️ | Przemyśl | Vinnytsia | 1:45 PM | 1:20 AM | 10 hr 35 min | 2 hrs 20 min |
| #35 | 🛏️ | Przemyśl | Vapniarka | 8:28 PM | 8:40 AM | 11 hr 12 min | 2 hrs 5 min |
| #24 | 🛏️ | Chelm | Berdychiv | 3:55 PM | 2:27 AM | 9 hr 32 min | 3 hr 10 min |
| #20 | 🛏️ | Chelm | Kyiv | 10:43 PM | 12:13 PM | 12 hr 13 min | 2 hrs 30 min |
| #68 | 🛏️ | Chelm | Kyiv | 9:19 PM | 12:13 PM | 13 hr 37 min | 2 hrs 30 min |
| Route # | Type | From | To | Depart (Ukraine🕑) | Arrive (Polish🕐) | Duration | Drive from Uman |
|---|---|---|---|---|---|---|---|
| #715 | 💺 | Vinnytsia | Przemyśl | 1:56 PM | 8:20 PM | 7 hr 24 min | 2 hrs 20 min |
| #705 | 💺 | Vinnytsia | Przemyśl | 9:55 PM | 4:25 AM | 7 hr 30 min | 2 hrs 20 min |
| #31/#32 | 🛏️ | Bila Tserkva | Przemyśl | 6:12 AM | 3:21 PM | 10 hr 9 min | 1 hr 30 min |
| #73/#89 | 🛏️ | Vinnytsia | Przemyśl | 1:22 AM | 11:16 AM | 10 hr 54 min | 2 hrs 20 min |
| #51 | 🛏️ | Kyiv | Przemyśl | 7:27 PM | 5:53 AM | 11 hr 26 min | 2 hrs 30 min |
| #36 | 🛏️ | Vapniarka | Przemyśl | 7:06 PM | 5:53 AM | 11 hr 47 min | 2 hrs 5 min |
| #20 | 🛏️ | Kyiv | Chelm | 7:45 PM | 5:42 AM | 10 hr 57 min | 2 hrs 30 min |
| #119 | 🛏️ | Kyiv | Chelm | 6:27 AM | 4:33 PM | 11 hr 16 min | 2 hrs 30 min |
| #67 | 🛏️ | Kyiv | Chelm | 7:45 PM | 6:47 AM | 12 hr 2 min | 2 hrs 30 min |
🇭🇺 Hungary אונגארן
פארן דורך אונגארן קען זיין גאנץ א מהלך אבער אויב איר ווילט מאכן א געשמאקע נסיעה אויפן רייזע איז עס גאנץ א גוטע מהלך. מ׳קען גיין אויפן וועג צו פלעצער ווי קערעסטיר, אוהעל, קאלוב, ראצפערט און נאך.
בודאפעסט האט א שיינע פאר כשר׳ע רעסטאראנטס און אפאר שיינע פלעצער צו באזוכן. קערעסטיר האט אפאר כשר׳ע האטעלס מיט פרישע עסן. אנדערע פלעצער האבן אויך הכנסת אורחים שטיבלעך צוגעשטעלט מיט עסן און טרינקען.
עירפארטס
| עירפארט | 🚗 דרייוון ביז אומאן דוערט* | Drive to Border (Zahony) | שאטעל פרייז | 🚆 Train Duration to Uman** | Approx. Cost with Train*** |
|---|---|---|---|---|---|
| Debrecen DEB דעברעצין | 12 hrs | 1 hr 35 min | – | 15 hrs – 17hrs | $75 |
| Budapest BUD באדעפעסט | 14 hrs | 3 hr | $150 | 16 hrs – 18hrs | $100 |
*רעכנט נישט אריין עקסטערע צייט פון זיצן ביים גרעניץ
**צייט ווענדט זיך אויף וועלכער באן מ׳נעמנט
***אריינגערעכנט פרייז וואס עס קאסט פון און צו די באן
באנען
די באנען פארן פון אוקריינישע שטעטלעך נעבן די אונגארישע גרעניץ. די גרינגסטע וועג אריבערצוגיין איז מסתם דורך די צוואנציג מינוטיגע באן פון זאהאן, אונגארן צו טשאפ, אוקריינא (נעמט בערך א שעה מיטן דורכגיין די גרעניץ). באנען פין טשאפ פארן פון די זעלבע סטאנציע, און די אנדערע סטאנציעס זענען בערך 25 מינוט פון טשאפ מיט א קאר.
האב אינזין אז מ׳פארלירט א שעה ווען מ׳גייט דורך די גרעניץ צו אוקריינע און די באנען פארן ארויס א שעה פריער אויף די אונגארישע זייגער.
ארומצופארן אין אונגארן און אנצוקומען צום גרעניץ: אונגארן האט גאנץ גוטע באנען און קען אסאך פלעצער זיין אזוי שנעל ווי א קאר. צייטן און טיקעטס קען מען זען ביי mavcsoport.hu. קארס קענען אויסקומען ביליגער אויב מ׳שטעלט זיך צאם מיט מער מענטשן. עס איז דא Uber אין אונגארן און אסאך מענטשן אין אייראפע נוצן Bolt.
| Route # | Type | From | To | Depart | Arrive | Duration | Drive To Uman |
|---|---|---|---|---|---|---|---|
| #13/#14 | 🛏️ | Batevo, Mukacheve | Vinnytsia | 6:25 PM, 7:04 PM | 5:50 AM | 11 hr 25 min, 10 46 min | 2 hrs 20 min |
| #17 | 🛏️ | Uzhhorod, Mukacheve | Kyiv | 1:42 PM, 3:06 PM | 1:52 AM | 12 hr 10 min, 10 hr 46 min | 2 hrs 30 min |
| #29 | 🛏️ | Uzhhorod, Batevo, Mukacheve | Kyiv | 6:55 PM, 7:39 PM, 8:18 PM | 7:09 AM | 12 hr 14 min, 11 hr 30 min, 10 hr 51 min | 2 hrs 30 min |
| #749 | 🛏️ | Uzhhorod, Chop, Mukacheve | Kyiv | 4:35 AM, 5:28 AM, 6:28 AM | 4:50 PM | 12 hr 15 min, 11 hr 22 min, 10 hr 22 min | 2 hrs 30 min |
| #3 | 🛏️ | Uzhhorod, Mukacheve | Bila Tserkva | 4:35 PM, 5:54 PM | 5:00 AM | 12 hr 25 min, 11 hr 4 min | 1 hr 30 min |
| #60 | 🛏️ | Chop, Uzhhorod | Vinnytsia | 2:24 PM, 3:09 PM | 4:22 AM | 13 hr 58 min, 13 hr 13 min | 2 hrs 20 min |
| #81 | 🛏️ | Uzhhorod, Chop, Batevo, Mukacheve | Vinnytsia | 4:12 PM, 5:09 PM, 5:32 PM, 6:12 PM | 5:12 AM | 13 hr, 12 hr 3 min, 11 hr 40 min, 11 hr | 2 hrs 20 min |
| #39/#47 | 🛏️ | Uzhhorod, Chop, Batevo, Mukacheve | Bila Tserkva | 2:54 PM, 3:55 PM, 4:25 PM, 5:02 PM | 4:19 AM | 13 hr 25 min, 12 hr 24 min, 11 hr 56 min, 11 hr 12 min | 1 hr 30 min |
| #37 | 🛏️ | Uzhhorod, Mukacheve | Vapniarka | 7:27 PM 8:52 PM | 8:40 AM | 13 hr 13 min, 11 hr 49 min | 2 hrs 5 min |
| #367 | 🛏️ | Uzhhorod, Chop, Batevo, Mukacheve | Kyiv | 10:25 PM, 11:24 PM, 11:47 PM, 12:30 AM | 1:12 PM | 14 hr 47 min, 13 hr 48 min, 13 hr 25 min, 12 hr 42 min | 2 hrs 30 min |
| #45 | 🛏️ | Uzhhorod, Batevo, Mukacheve | Kyiv | 11:16 AM, 12:02 PM, 12:41 PM | 3:03 AM | 15 hr 47 min, 15 hr 1 min, 14 hr 22 min | 2 hrs 30 min |
| #39 | 🛏️ | Batevo, Mukacheve | Bila Tserkva | 4:25 PM, 5:05 PM | 4:19 AM | 11h 54m, 11 h 12 m | 1 hr 30 min |
| Route # | Type | From | To | Depart | Arrive | Duration | Drive from Uman |
|---|---|---|---|---|---|---|---|
| #13 | 🛏️ | Vinnytsia | Mukacheve, Batevo | 7:12 PM | 6:49 AM, 7:22 AM | 11h 37m, 12h 10m | 2 hrs 20 min |
| #81 | 🛏️ | Vinnytsia | Mukacheve, Batevo, Chop, Uzhhorod | 9:38 PM | 9:14 AM, 9:48 AM, 10:10 AM, 10:59 AM | 11h 36m, 12h 10m, 12h 32m, 13h 21m | 2 hrs 20 min |
| #59 | 🛏️ | Vinnytsia | Uzhhorod, Chop | 11:29 PM | 12:21 PM, 12:59 PM | 12h 52 m, 13h 30 m | 2 hrs 20 min |
| #4 | 🛏️ | Bila Tserkva | Mukacheve, Uzhhorod | 2:26 AM | 1:06 PM, 2:27 PM | 10h 40m, 12h 1m | 1 hr 30 min |
| #40/#48 | 🛏️ | Bila Tserkva | Mukacheve, Batevo, Chop, Uzhhorod | 4:23 PM | 4:06 AM, 4:40 AM, 5:10 AM, 6:08 AM | 11h 43 m, 12h 17 m, 12h 47m, 13h 45m | 1 hr 30 min |
| #380 | 🛏️ | Vapniarka | Mukacheve, Uzhhorod | 7:06 PM | 7:40 AM, 8:48 AM | 12h 34m, 13h 52m | 2 hrs 5 min |
| #749 | 🛏️ | Kyiv | Mukacheve, Chop, Uzhhorod | 1:20 PM | 11:55 PM, 12:49 AM, 1:35 AM | 10h 35m, 11h 29m, 12h 15m | 2 hrs 30 min |
| #29 | 🛏️ | Kyiv | Mukacheve, Batevo, Uzhhorod | 7:27 PM | 6:23 AM, 6:56 AM, 7:42 AM | 10h 56m, 11h 29m, 12h15m | 2 hrs 30 min |
| #745/#748 | 🛏️ | Kyiv | Mukacheve, Batevo, Chop, Uzhhorod | 4:38 PM | 5:02 AM, 5:47 AM, 6:20 AM, 7:33AM | 12h 24m, 13h 9m, 13h 42m, 14h 55m | 2 hrs 30 min |
| #45 | 🛏️ | Kyiv | Mukacheve, Batevo, Uzhhorod | 12:02 AM | 2:20 PM, 2:54 PM 3:41 PM | 14h 18m, 14h 52m, 15h 39m | 2 hrs 30 min |
| #17 | 🛏️ | Kyiv | Mukacheve, Uzhhorod | 9:33 PM | 8:22 AM, 9:37 AM | 10h 49m, 12h 4m | 2 hrs 30 min |
🇸🇰 Slovakia סלאוועקיי
עירפארטס
| עירפארט | 🚗 דרייוון ביז אומאן דוערט* | Drive to Border (Zahony) | 🚆 Train Duration to Uman** | Approx. Cost with Train*** |
|---|---|---|---|---|
| Košice KSC קאשוי | 12 hrs | 1 hr 35 min | 15 hrs – 17hrs | $100 |
*רעכנט נישט אריין עקסטערע צייט פון זיצן ביים גרעניץ
**צייט ווענדט זיך אויף וועלכער באן מ׳נעמנט
***אריינגערעכנט פרייז וואס עס קאסט פון און צו די באן
באנען
סלאוואקיי איז צווישן אונגארן און פוילן. די גרעניץ קומט זיך צאם נעבן די אונגארישע גרעניץ (זעהט אונגארן פאר באנען דורך אוקריינע). איך מיין אז ס׳איז דא א באן וואס גייט פון קאשוי גראד צו טשאפ אריבער די גרעניץ (מאכט אויך א סטאפ נעבען אוהעל). צייטן און טיקעטס קען מען זען ביי zssk.sk.
🇦🇹 Austria עסטרייך
וויען האט א גרויסע עירפארט מיט דירעקט פלייטס פון ניו יארק (נישט ביליג). אבער עסטרייך גרעניצט זיך נישט מיט אוקריינע און מ׳דארף דורך פארן אונגארן וואס לייגט צו אפאר שעה צו די רייזע.
עירפארטס
| עירפארט | 🚗 דרייוון ביז אומאן דוערט* | Drive to Border (Zahony) | שאטעל פרייז | 🚆 Train Duration to Uman** | Approx. Cost with Train*** |
|---|---|---|---|---|---|
| Vienna (VIE) וויען | 16 hrs | 5 hr 36 min | $150 | 18 hrs – 20hrs | $125 |
*רעכנט נישט אריין עקסטערע צייט פון זיצן ביים גרעניץ
**צייט ווענדט זיך אויף וועלכער באן מ׳נעמנט
***אריינגערעכנט פרייז וואס עס קאסט פון און צו די באן
באנען
ס׳איז דא באנען גראד פון וויען צו בודאפעסט (2 א האלב שעה). און מ׳קען אויך נעמען די באן ביזן גרעניץ. צייטן און טיקעטס קען מען זען ביי oebb.at און mavcsoport.hu (זעהט אונגארן פאר באנען דורך אוקריינע).
טשארטערס 🛩️
| From | Departure | To | Arrival | Duration |
|---|---|---|---|---|
| 🛫 Newark EWR | Wed Sep 9 1:05AM | 🛬 RZE Rzeszów, Poland | Wed Sep 9 3:45PM | 8hrs 40min |
| 🛫 RZE Rzeszów, Poland | Mon Sep 14 6:35PM | 🛬 Newark EWR | Mon Sep 14 10:35PM | 10hrs |
| 🚆 Vinnytsia, Ukraine | Wed Sep 9 | 🚆 Uman | Thu Sep 10 | – |
| 🚆 Uman | Mon Sep 14 | 🚆 Vinnytsia, Ukraine | Mon Sep 14 | – |
| Package | Price |
|---|---|
| 🛫 Economy Flights | $2,250 |
| 🛫🚆 Economy Flights + Trains | $2,995 |
| 🛫 Premium Flights | $3,750 |
| 🛫🚆 Premium Flights + Trains | $4,595 |
| 🛫 Business Flights | $7,500 |
| 🛫🚆 Business Flights + Trains | $8,495 |
קאנטעקס 📓
| Name | Services | Phone Number | Links | |
|---|---|---|---|---|
| Plan it Rite | Flights, Transportation, Charters | (845) 678-3555 | [email protected] | planitrite.com |
| Luleches | Flights, Transportation, Charters | (718) 215-1566 | [email protected] | lalechet.com |
| Nesiah Travel | Flights, Transportation, Charters | (845) 444-8785 | [email protected] | nesiahtravel.com |
| Weinberger Travel | Flights | (718) 486-5110 | ||
| The Uman Center, Hotel One | Transportation, Mikvahs, Hotel $$ | (732) 496-1646 | [email protected] | |
| Nesiya Tova / Uman148 | Transportation | +380 68 148 2148 | uman148.com Price Chart | |
| Uman Express | Transportation | +380 99 222 3030 | Book Shuttles. Price Chart. uman.express. | |
| Piyachala | Transportation | +380 93 379 0111 | Book Shuttles. Shuttle Prices. Price Chart. | |
| Uman Hotels | Hotels | umanhotels.co.il | ||
| Zakopane | Hotel $$$$ | (718) 874 9060 | [email protected] | |
| Hoshen | Hotel $$$$ | (718) 655 5010 | [email protected] | hoshenhotel.com |
| Hotel B Landau | Hotel $$$ | +972 50 414 1497 | [email protected] |
אויב ווילט איר צולייגן עפעס צום ליסט, ביטע שיקט אונז א אימעיל צו [email protected]. (בחינם)
Did you enjoy this article?
